פלארידע – נעכטן האט זיך אפיציעל אנגעהויבן דער געריכט פראצעס פון די פרוי פונעם טעראריסט, וועלכער האט דורכגעפירט די ברוטאלע מאסן שיסעריי ביי א פארזאמלונגס צענטער אין ארלענדא, פלארידע מיט צוויי יאר צוריק. די אטאקע איז דורכגעפירט געווארן דורך אומאר מאטין, וועלכער האט געשטורעמט דעם צענטער און דורכגעפירט א שיסעריי, אומברענגענדיג 49 מענטשן, בעפאר ער אליינס איז אומגעברענגט געווארן דורך די פאליציי. נישט לאנג נאך דער אטאקע, האבן פראקורארן און אויספארשער אנגעהויבן פארדעכטיגן אז מאטין'ס פרוי, נור סאלמאן, האט מעגליך געוואוסט פון די אטאקע פלענער, און האט אים אפילו ארויסגעהאלפן דעם פלאנירן, אדער אמווייניגסטנס אים נישט פרובירט צו שטערן. אצינד ווערט זי געשטעלט אויף א פראצעס איבער די באשולדיגונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל