שטאקהאלם – אידן אין שוועדן האבן אויסגעדרוקט זארג, נאכדעם וואס מען האט געהערט פון א פלאן וואס וועט פארשליסן אלע שולעס וועלכע זענען באזירט אויף א ספעציפישער רעליגיע, און מען וועט נאר ערלויבן אלגעמיינע נייטראלע שולעס צו עקזיסטירן. דער פלאן דרייט זיך שוין א לענגערע צייט אין שוועדן, אבער לעצטנס האט עס צובאקומען א פרישן מאמענטום, צוליב וואס פילע רעכטע אקטיוויסטן ווילן צווינגען די אפשפארונג פון מוסולמענער שולעס, מיט דער טענה אז דער יוגנט ווערט דארטן ראדיקאליזירט צום איסלאמישן טעראר. די וואך האט מען געהערט פונעם שוועדישן ערציאונגס מיניסטער און דער פובליק אדמיניסטראציע מיניסטער, אז זיי שטיצן דעם פלאן צו פארבאטן רעליגיעז-באזירטע שולעס – אבער דערווייל האלט עס ווייט פון רעאליטעט.

בילד



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל