בוקארעסט – די פירנדע פארטיי'ס קאנגרעס אין ראמעניע, האט נעכטן געשטימט צו באשטעטיגן א פלאן אז דאס לאנד וועט זיך אפיציעל אנשליסן אין דער יורא וואלוטע אין יאר 024'. ראמעניע באלאנגט שוין צום אייראפעאישן פאראיין פילע יארן, אבער איז געווען איינס פון די ארעמסטע און מערסט-קארופטירטע לענדער, וואס האט געברענגט אז זי זאל נישט קענען נאכקומען די אייראפעאישע פאראיין סטאנדארטן, וואס פעלן זיך אויס אויב מ'וויל אדאפטירן די יורא אלס די וואלוטע – וואס עפנט אויטאמאטיש נייע עקאנאמישע מעגליכקייטן. אין יאר 14' האט שוין ראמעניע זיך געוואלט אנשליסן אינעם יורא, אבער זי האט נאכנישט געקענט נאכקומען די סטאנדארטן, און אצינד מיט יארן שפעטער, איז די ארטיגע עקאנאמיע שוין גענוג שטארק, און זי וועט אנהייבן אינטענסיווע געשפרעכן מיט'ן יוניאן, צו זיין פולקאם אנגעשלאסן אינעם יורא אויף יאר 024'.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל