ניו יארק – נארוואס פארעפנטליכע העלט דעפארטמענט סטאטיסטיקס צייגן, אז די צאל טובערקולאסיס פעלער אין ניו יארק סיטי איז פאראיאר געשטיגן מיט צען פראצענט - די גרעסטע העכערונג זינט 992'. טובערקולאסיס איז א שווערע אינפעקציע וועלכע אטאקירט די לונגען, אבער עס קען אויך מאכן אינפעקציעס און זיך אויסשפרייטן צו אנדערע גלידער, אריינגערעכנט די נירן, שדרה אדער מח ר"ל. די סטאטיסטיקס האבן געצייגט אז ס'זענען געווען 613 "טי-בי" פעלער אין 17', אין פארגלייך צו 556 אין 16'. "טי-בי" פעלער זענען דראסטיש געהאט געפאלן זינט זי האט דערגרייכט די הייך פון 3,811 פעלער אין 992'. קווינס איז געווען די בארא מיט די מערסטע "טי-בי" פעלער פאראיאר, מיט א ראטע פון 10.6 פער 100 טויזנט איינוואוינער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל