וואשינגטאן – א נייער אינטערעסאנטער גאן געזעץ פארשלאג, איז נעכטן אויפגעברענגט געווארן דורך א גרופע אומפארטייאישע סענאטארן, מיט'ן ציל איינצוצוימען דאס אז וואפנס פאלן אריין אין אומריכטיגע הענט. די רעפובליקאנער סענאטארן מארקא רוביא און פּעט טומי, האבן זיך צוזאמגעשטעלט מיט די דעמאקראטישע סענאטארן קריס קונס און ביל נעלסאן, אויפצוברענגען א ביל, וועלכע וועט איינשטעלן א סיסטעם, אז ווי נאר עמיצער פאלט דורך די "בעקגראונד" אונטערזוכונג ביים פרובירן צו קויפן א גאן, וועלן די פעדעראלע אויטאריטעטן מוזן איינמעלדן פאר די סטעיט באאמטע וואו דער יעניגער וואוינט, אז מען זאל וויסן אז יענער איז א געפארפולער. דאס וועט העלפן פארשטערקערן דעם בעקגראונד טשעק סיסטעם, אז די סטעיט און לאקאלע באאמטע זאלן וויסן פון פאראויס איבער פאטענציעלע געפארפולע פארשוינען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל