קוויבעק – א 27 יעריגער פארשוין וועלכער האט דורכגעפירט א שיסעריי טעראר אטאקע אויף א מוסולמענער מעטשעט אין קוויבעק סיטי אינעם קוויבעק פראווינץ אין קאנאדע מיט א יאר צוריק, האט זיך נעכטן דערקלערט שולדיג אויף מארד קלאגעס. דער פארשוין אלעקסאנדער ביסאנעט ווערט באשולדיגט אין דורכפירן די שיסעריי ביי וועלכע 6 זענען אומגעקומען און 8 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן. פרעמיער מיניסטער דזשאסטין טרודא האט דאן באצייכנט די אטאקע אלס א "טעראר אטאקע אויף מוסולמענער", נאכדעם וואס עס זענען אפירגעקומען קלארע באווייזן אז ביסאנעט'ס מאטיוון פאר דער שיסעריי איז געווען האס און טיפע שנאה קעגן מוסולמענער. ביסאנעט האפט צו באקומען א גרינגערן אורטייל אלס רעזולטאט פון זיך דערקלערן שולדיג.

בילד

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל