ניו יארק – די "פארבס" פינאנציעלע פובליקאציע האט נעכטן ארויסגעגעבן איר יערליכע ליסטע פון ביליאנערן, און דער עמעזאן גרינדער און פירער דזשעף בעזאס, איז נומער איינס, אלס דער רייכסטער פערזאן אין דער וועלט, ביי א ווערד פון 112 ביליאן דאלאר, אראפווארפנדיג דעם לאנגיעריגן רייכסטן מאן ביל געיטס פון די נומער איינס פאזיציע, און געיטס איז יעצט ווערד א געשאצטע 90 ביליאן דאלאר. בעזאס איז דער סאמע ערשטער פערזאן צו ווערן געשאצט ביי א ווערד פון העכער 100 ביליאן דאלאר, אין היסטאריע פון פארבס' ליסטעס, און אויסער דעם זענען פארהאן נאך עטליכע אינטערעסאנטע פונקטן איבער דער פרישער ליסטע, ווען ווארען באפעט ווערד געשאצט ביי 84 ביליאן דאלאר ווערד, פעיסבוק גרינדער מארק זאקערבערג איז נומער 5 אויף דער ליסטע, מיט א ווערד פון 71 ביליאן דאלאר, און פרעזידענט טראמפ האט זיך געגליטשט צו נומער 766 אויף דער ליסטע, מיט א ווערד פון 3.1 ביליאן דאלאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל