שוועדן – א פרישער באריכט צייגט, אז איינע פון די זאכן וואס אמעריקע און צפון קארעא פירן יעצט אומדירעקטע געשפרעכן, איז איבער די דריי אמעריקאנער בירגער וועלכע זענען איינגעשפארט אין צפון קארעא. צוויי פון די אמעריקאנער זענען ארעסטירט געווארן פאראיאר אויף "פיינטליכע אקטן" באשולדיגונגען, און דער דריטער איז ארעסטירט געווארן אין יאר 15' אויף "שפיאנאזש אקטיוויטעטן" – אצינד פארלאנגט אמעריקע אז צפון קארעא זאל זאפארט באפרייען די דריי ארעסטאנטן. אט די טעמע פון די דריי ארעסטאנטן, איז געווען טייל פונעם געשפרעך צווישן צפון קארעא'ס אויסערן מיניסטער און שוועדישע באאמטע אום שבת, און באזונדער זענען צפון קארעא דיפלאמאטן געפארן קיין פינלאנד, זיך צו טרעפן מיט פינישע און אמעריקאנער דיפלאמאטן פאר געשפרעכן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל