צוויי וואנדאלן האבן באווארפן א בית המדרש אין אנטעריא, קאנאדע, מיט שטיינער און צעבראכן די גלאזערנע טירן.

דער אינצידענט האט זיך אפגעשפילט מיטוואך אינדערפרי, און דער אינצידענט איז אויפגעכאפט געווארן דורך די זיכערהייטס קאמערעס פון דער 'חב"ד פלאמינגאו שול', אין דער טארנהיל געגנט.

דער רב, הרב מענדל קאפלאן, האט באצייכנט די אטאקע אלס געצילט "קעגן אלע קאנאדישע אידן און אנשטענדיגע קאנאדישע בירגער בכלל."

די ארטיגע פאליציי, וועלכע באצייכנט דעם אינצידענט אלס 'האס פארברעכן', האט געעפנט אן אויספארשונג צו כאפן די שולדיגע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל