וואשינגטאן – דער פענטאגאן האט באשטעטיגט, אז דער מיליטערישער מארש וואס פרעזידענט טראמפ האט פארלאנגט, וועט טאקע ווירקליך פארקומען, און עס וועט אפגעהאלטן ווערן אין וואשינגטאן די-סי. טראמפ האט געהאט געזאגט, אז אויב ס'וועט קאסטן צופיל געלט, און דער פענטאגאן וועט זאגן אז ס'איז שווער צו ערלעדיגן, וועט ער אויפגעבן אויפ'ן פארלאנג, אבער למעשה זאגט דער פענטאגאן אז זייערע פלענער פאר'ן מארש זענען פיקס פארטיג און גרייט, און לויט'ן יעצטיגן פלאן, וועט עס פארקומען אום נאוועמבער 11, אינעם וועטעראנען טאג חאגע. די איינציגסטע זאך וואס ס'וועט זיין אנדערש ווי טראמפ האט פארלאנגט, איז דאס אז ס'וועלן נישט זיין קיין טאנקען, צו מינימיזירן די שאדנס פאר די וואשינגטאן די-סי טראטוארן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל