פון יוסי געשטעטנער

א רייע ערוועלטע רעפובליקאנער, אריינגערעכנט קעווין מעקארטי און סטיוו סקאליז די נומער צוויי און דריי אינעם קאנגרעס, פארלאנגען אז דזשעף סעשאנס און ראד ראזענשטיין זאלן שטעלן א צווייטע ספעציעלע קאונסיל וועמענ'ס ארבעט עס זאל זיין אויסצופארשן די "אביוז אוו פאוער" פון די יוסטיץ אפטיילונג און עף בי איי אונטער אבאמא אריינגערעכנט וויאזוי מען האט גענוצט דעם דאסיער קעגן טראמפ.

בילד


אבער ניין. מען זאל נישט האבן א צווייטע אויספארשער. זאל מולער אויספארשן די זעלבע זאכן. וועסטו זאגן 'יוסי אבער מולער האט דאך אן איינזייטיגקייט דא ווייל ער איז דאך נאנט מיט קאומי און א טייל פון זיין שטאב זענען מענטשן וועלכע האבן געארבעט אין די עף-בי-איי און יוסטיץ דעפארטמענט אונטער אבאמא אין די לעצטע צייטן' אלזא קען ער דאך נישט טאן די ארבעט אביעקטיוו.

טאקע א ריכטיגע טענה אבער אויב אזוי וויאזוי קען ער אנגיין מיט זיין איצטיגע אויספארשונג? וויאזוי קען ער האבן אויף זיין שטאב מענטשן וועלכע האבן אנטייל גענומען אין די אנטי-טראמפ שריט ביים קאמפיין און איצט ארבעטן די זעלבע מענטשן צי זייערע נאנטע פרייט צו טרעפן קאלוזשען? די מענטשן האבן דאך אן איינזייטיגקייט דאס צו טרעפן מיט'ן חשבון אז דאס וועט בארעכטיגן די אנטי-טראמפ שריט פון אבאמא'ס צייטן.

מענטשן וואס האבן אזא סארט איינזייטיגקייט זענען אומשטאנד צו אביזן זייער מאכט; פייניגן זייערע קרבנות ביז די קרבנות ברעכן זיך אויף נערישקייטן א שטייגער מייקל פלין וואס האט זיך דערקלערט שולדיג אז ער האט געזאגט ליגענט אויף א זאך וואס קאומי האט געהאט געזאגט איז ניטאמאל א ליגענט! פלין האט פשוט געוואלט פטור ווערן פון מולער'ס מענטשן וועלכע – ווי געזאגט – האבן א פערזענליכע אינטערעסע צו באקומען פלי דיעלס און שולד אורטיילן ווייל אזוי ארום "צייגט" עס אז עפעס האט נישט געטויגט מיט טראמפ'ס מענטשן וואס דאס "בארעכטיגט" למפרע די אנטי-טראמפ ארבעט פון אבאמא'ס מענטשן.

אלזא ווי געזאגט זאל מען פארלאנגען מולער צו אויספארשן די אנדערע זאכן אויך. וועלן דאך מענטשן שרייען העכער ווי בעפאר אז ער האט אן איינזייטיגקייט און מען קען אים נישט טראסטן. וועט מען דאן פרעגן (וועט מען דען פרעגן?) וויאזוי קען ער פירן די איצטיגע אויספארשונג? דאס וועט אונטערהאקן זיין באגלויבטקייט אויף די ערשע אויספארשונג אויך און דאן... דאן וואס? גארנישט. אלעס בלייבט ביים אלטן. נישטא ביי וועם גערעכט צו בלייבן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל