סעאל– נעכטן מיטוואך אינדערפרי האט מען געהערט פון דעם קאמוניסטישן צפון קארעא רעזשים, צום ערשטן מאל זינט פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ער וועט זיך טרעפן פאר א היסטארישן צוזאמטרעף מיט'ן צפון קארעא פירער קים יאנג אן. אין זייער סטעיטמענט, האט דער קאמוניסטישער רעזשים אנערקענט דעם פאקט אז עס איז געשען א טויש אין באציאונגען צווישן זיי און די פאראייניגטע שטאטן, אבער זיי האבן אוועקגעמאכט אמעריקע'ס דערקלערונגען אז די שווערע עקאנאמישע סאנקציעס האבן געברענגט דעם טויש און געצוואונגען צפון קארעא צו פארהאנדלען. צפון קארעא זאגט אז די וועלט זאל באטראכטן צפון קארעא'ס וויליגקייט צו פארהאנדלען, אלס "אן אויסדרוק פון זעלבסט זיכערהייט", וויבאלד דער רעזשים האט "דערגרייכט אלעס וואס זי האט געוואלט".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל