וואשינגטאן – אמעריקאנער פראקורארן האבן געמאלדן, אז זיי האבן אראפגענומען אלע קרימינאלע קלאגעס קעגן זיבן וועכטער פונעם טערקישן פרעזידענט ראסיפ ערדואן. די קלאגעס זענען ארויפגעשטעלט געווארן מיט עטליכע מאנאטן צוריק, און עס האט געשטאמט פון אן אינצידענט וואס האט פאסירט פארנט פון דער טערקישער אמבאסאדע אין וואשינגטאן די-סי. ערדואן האט דאן באזוכט אין וואשינגטאן, זיך צו טרעפן מיט פרעזידענט טראמפ, און א גרופע אקטיוויסטן האבן זיך פארזאמלט צו פראטעסטירן קעגן ערדואן און די אונטערדרוקונגען פון זיינע קעגנער. עטליכע טערקישע וועכטער האבן זיך דאן אנגעהויבן פיזיש שלאגן מיט די אקטיוויסטן, און א פאר אקטיוויסטן זענען ארויס צעבלוטיגט, דאן האבן אמעריקאנער פראקורארן געמאלדן קלאגעס. אצינד האבן זיי עס אראפגענומען, און דאס קומט אלס טייל פון טראמפ'ס האפענונג צו פארבעסערן באציאונגען מיט טערקיי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל