די טרעזשורי דעפארטמענט האט היינט געמאלדן א רייע פרישע סאנקציעס קעגן פארשידענע אינדיווידועלן און רעגירונג אינסטיטוציעס אין רוסלאנד אלס רעאקציע צו א רייע סייבער אטאקעס אויף אמעריקאנער פירמעס און רעגירונג סיסטעמען, און אזוי אויך איבער דעם וואס רוסלאנד האט פרובירט צו באאיינפלוסן די וואלן אין אמעריקע.

די סאנקציעס זענען געצילט קעגן די שפיאנאזש אגענטורן אין רוסלאנד, און דער טרעזשורי סעקערטאר סטיוו מענוטשין האט געזאגט אז עס וועט ווערן נאכגעפאלגט מיט נאך שטייפערע און שטרענגערע סאנקציעס קעגן די רוסישע רעגירונג און אירע פינאנציעלע אינסטיטוציעס.

ביים מעלדן די סאנקציעס האט ער געזאגט אז די פרואוון צו שטערן די וואל פראצעדור אין אמעריקע איז בלויז א טייל פון א פארצווייגטע סייבער אפעראציע אין וועלכע רוסלאנד פרובירט צו שעדיגן און אריינדרינגען אין אמעריקאנער איינריכטונגען ווי די וואסער און עלעקטריציטעט סיסטעמען און אזוי אויך נוקלעארע רעאקטארן.

די רעגירונג האט גלייכצייטיג ארויסגעגעבן א ווארנונג פאר פירמעס אין די ענערגיע אינדוסטרי אז זיי זאלן באוואכן זייערע קאמפיוטערס פון די רוסישע פרואוון. רוסלאנד האט רעאגירט מיט אויפברויז און געזאגט אז זיי וועלן נעמען קאנטער-שריט און באשטראפן אמעריקע איבער די סאנקציעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל