וואשינגטאן – קאנגרעס און סענאט האבן געציילטע פארבליבענע טעג, צו ענדיגן זייער מאסיוון 1.3 טריליאן דאלאר בודזשעט אפמאך, איידער מען שטייט אויס די געפאר פון נאך א רעגירונג שאטדאון. אנהייב פעברואר, האט מען אויסגעמיטן א לענגערן שאטדאון, נאכדעם וואס די רעפובליקאנער און דעמאקראטן האבן זיך פאראייניגט אויף א גרויסן בודזשעט דיעל, אבער יענער דיעל איז נאר געווען אפגעמאכט צווישן זיך, און נישט פאקטיש באשטעטיגט אלס געזעץ. יעצט ארבעט מען אויס די לעצטע דעטאלן פונעם 1.3 טריליאן דאלארדיגן דיעל, אבער עס מאכן זיך פארשידענע שוועריגקייטן, און קאנגרעס שטייט אויס א דעדליין פון פרייטאג ביינאכט, וואס אויב ס'וועט נישט זיין דורכגעפירט ביז דאן, וועט א שאטדאון אריינגיין אין קראפט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל