די קרעמעלין האט גענוצט גאר שארפע ווערטער און פארלאנגט די באלדיגע רעזיגנאציע פונעם בריטישן אויסערן מיניסטער באריס דשאנסאן צוליב דעם וואס ער האט אין ליכט פון די לעצטע כעמישע אטאקע אין ענגלאנד צוגעגליכן דעם רוסישן רעזשים צו די היטלערסטישע רעזשים אין נאצי דיישלאנד.

דשאנסאן האט געמאכט די באמערקונג ווען ער האט קריטיקירט די פאקט אז רוסלאנד וועט זיין די גאסטגעבער פאר א אינטערנאציאנאלע ספארט פארמעסט, זאגנדיג אז דאס איז אזוי ווי די אלימפישע שפילן אין 1939 וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין נאצי דייטשלאנד און איז אויסגענוצט געווארן פאר זייער פראפאגאנדע.

די פרישע פארארגערונג אין די באציאונגען קומט נאכדעם וואס ביידע לענדער האבן פארטריבן דיפלאמאטן, און די בריטישע פרעמיער מיניסטער האט היינט אדרעסירט אייראפעישע פירער צו נעמען א שארפערע שטאנד קעגן רוסלאנד, זאגנדיג אז רוסלאנד שטעלט א געפאר אויף די דעמאקראטישע מערב וועלט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל