מאנהעטן – די פארט אויטאריטי האט נעכטן געמאלדן, אז זיי וועלן העכערן די געהעלטער פון איבער פערציג טויזנט איינגעשטעלטע ביי אלע דריי גרויסע ניו יארק סיטי-ראיאן לופטפעלדער, העכערנדיג דעם מינימום געהאלט צו ניינצן דאלער פער שטונדע אויף יאר 023'. די ארבעטער, וואס נעמט אריין רייניגער, ווילטשעיר שלעפער, פעקלעך האנדלער, זיכערהייט אגענטן און אנדערע, וועלן באקומען זייער ערשטע העכערונג היי יאר סעפטעמבער, און די מינימום געהאלט וועט גלייך אין סעפטעמבער ארויפגיין פון 10.45$ א שעה פאר קענעדי לופטפעלד און לאגווארדיע לופטפעלד ארבעטער, צו 13.60$ א שעה, און פאר נוארק ארבעטער וועט עס ארויפגיין אין סעפטעמבער צו 12.45$ א שעה – און צוביסלעך אין די קומענדיגע יארן העכער און העכער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל