וואשינגטאן – טראמפ אדמיניסטראציע קוועלער זאגן אז די אפיציעלע ווייסע הויז לויערס פארשן אויס די באשולדיגונגען אז דזשעראד קושנער האט בענעפיטירט פריוואטע ביזנעס לאונס, פון זיין פאזיציע אין ווייסן הויז. די אויספארשונג קעגן קושנער נעמט זיך פון דעם וואס ער איז געזעסן מיט עטליכע גרויסע ביזנעס–פירער פאר א רעגירונג זיצונג אין ווייסן הויז, און נישט לאנג נאכדעם, האבן עטליכע פון די ביזנעסער געבארגט גרויסע געלטער פאר זיין ריעל עסטעיט ביזנעס. צוויי גרויסע הלוואות איז געווען פון דער אפאלא גרופע, וועלכע האט געבארגט פאר קושנער 184 מיליאן דאלאר, און סיטיגרופ וועלכע האט געבארגט פאר קושנער 325 מיליאן דאלאר, נאך דער ווייסער הויז זיצונג. דאס ווייסע הויז האט אבער אפיציעל אוועקגעמאכט די באריכטן אז קושנער איז אונטער אויספארשונג דורך די לויערס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל