פסח: א נאכט פון אמונה און השראת השכינה


ווען מיר גרייטן זיך צום הייליגן יו"ט פסח, די נאכט וואס מיר באקן אריין אין אונזער קינדער און אין אונז אליין אמונה אינעם גרויסן בורא, שטעלן מיר פאר עטליכע געקליבענע מאמרי חיזוק באמונה ובטחון, וואס מיר האמיר אפגעשריבן דורכאויס דעם יאר.

בילד

זיצט זיך א יונגעל אין כיתה ביי ריסעס מיטן קאפ אויפן טיש, און וויינט. אן עלטערע יונגל גייט אריבער און הערט דאס געוויין, ער מאכט אויף די טיר פון קלאס, און דערזעהט זיך אין א טונקעלע צימער, ווען גלייך ביים טיר זיצט דאס קינד ביי זיין טישל און כליפעט. חבר מיינע פרעגט ער, וואס איז געשעהן? האט דיר איינער געטשעפעט אדער וויי געטאן? ניין, ענטפערט דאס פארוויינטע נשמה'לע, מיין מלמד האט גענומען אלע קינדער אויף א טריפ היינט, אבער זעהט אויס אז מיין מאמע האט נישט באקומען די צעטל אז מ'דארף היינט קומען 10 מינוט פריער, און איך בין אנגעקומען נאך וואס זיי זענען שוין אוועק געפארען....

דער עלטערע קינד האט רחמנות געהאט און געזאגט, הער אויס, יעצט איז ריסעס צייט ממילא האב איך אביסל צייט צו פאברענגן מיט דיר ביז איך דארף צוריק גיין אין קלאס. אבער איין זאך פארשטיי איך נישט, דיין פלאץ איז דאך ממש אונטערן לייט סוויטש! ווילסט וויינען, געזונטערהייט. אבער למען ה' פארוואס דארפסטו זיצן אין טונקל? הייב אויף דיין האנט און צינד אן די לעקטער!


רבותי, אז ס'איז אונז ממילא באשערט צו זיצן דא אין גלות, פארוואס דארפן מיר עס דורך מאכן אין א טונקעלקייט? לאמיר נאר אויפהייבען די הענט און אנצינדען דעם סוויטש, זיך מחזק זיין און פארברענגן אינאיינעם. מיר דארפן עניוועי דא זיין, זאל עס כאטש זיין לעכטיג!

דער הייליגער אברבנאל זאגט א טעם פארוואס מיר אידן זענען געגליכען צו כוכבים - שטערן, ווייל די כוכבי לילה זענען אלעמאל ברקיע, שטענדיג זענען זיי דארט, נאר מיר זעהן זיי נישט. ביינאכט ווען ס'איז טונקל, דאן בליטשקענען זיי און זענען נראה לכל. די זעלבע זאגט - זאגט ער - איז א איד, די שיינקייט פון איד איז בעת צרה, ווען ס'איז טונקל דאן בליטשקעט ער מיט פראכט. צו מיט די מידת החסד וואס לייכט ארויס ווען אידן העלפן זיך ארויס בזמן ווען ס'גייט נישט אזוי גוט, צו יעדער איד פאר זיך ווען ס'גייט אים שווער, הייבט אן ארויסצושיינען זיין אמת'ע גבורה, זיין העלדישע אמונה, און זיין אופן פון זיך ארויסהייבען העכער פונעם פלאנטער און נאר ווערען נענטער מיט זיין בורא.

שפאניע. א לאנד וואס ברענגט ארויף אויפן געדאנק שרעקדיגע עפיזאדן פון אינקוויזעטארן, שפאנעדיגע מאמענטען פון קידוש ה', און א פלאץ וואו א איד האט נישט געטארט באטרעטן אירע ערד פאר הונדערטער יארן. אבער דאס לאנד שפאניע פארמאגט אויך א הערליך קאפיטאל היסטאריע פון בעפארן גירוש, ווען תורה האט געבליהט אין אירע גרעניצען. שטעט ווי קארדאווא וואס האבען פארמאגט ישיבות און צעהדליגע ראשונים וואס האבען געלעבט אין יענע תקופה האבן אנגערופען שפאניע זייער היים. איינער פון די איז געווען דער רבינו בחיי, דער חכם ונבון וואס האט באלאכטען די וועלט מיט זיין פירוש על התורה, איז נישט נאר געוועהן באעהרט ביי אידן און להבדיל גוים צוגלייך, נאר אפי' די שרים און מיניסטארן פלעגן הנאה האבן פון זיין חכמה וישרות. אויך דער קעניג פון שפאניע פלעגט כסדר פארברענגן מיטן רבינו בחיי, און ווי אויך זיך כסדר מתוכח זיין אויף פארשידענע מיינוגס פארשידענהייטען ציווישען זיי.

איין טאג זאגט דער קעניג פאר דעם אידישען חכם, אז בעצם איז נישט פארהאן קיין חילוק אינעם מציאות פונעם מענטש ציווישען א איד און להבדיל א גוי, נאר א איד האט א תורה וואס איידלט אים אויס און איז אים מחנך לטב, אבער אן קיין תורה וואלט ער געווען דער זעלבע מגושם ווי דער גוי. ווידער רבינו בחיי האט געהאלטען אז ניין, יעדעס אידיש קינד ווערט שוין געבוירען מיט אינערליכע ירושה שטריכען וואס זענען איידלער און ריינער פונעם המון עם. וואס אפי' ער קומט קיינמאל נישט אן צו לערנען תורה דאך האט ער אין זיך געוויסע מדות וואס פליסען אין זיינע אדערן, וואס האלט אים שטענדיג העכער ווי די בני עשיו וישמעאל. 

דער קעניג האט באשלאסען אז ער וועט שוין אויסלערנען דעם אידישען רב ווער איז גערעכט, און גלייך באפוילען זיינע באדינער צו גיין צום שפיטאל און אוועק כאפען צוויי ניי געבוירענע קינדער, מיטן תנאי אז איינער פון זיי זאל זיין א אידיש קינד און דאס אנדערע א קריסט. פארשטייט זיך א ז די שפיטאל באאמטע זענען געווארען גוט באצאלט נישט אויסצוזאגען פאר קיינעם וואס דא האט פאסירט. און די צוויי בעיביס זענען אריבערגעפירט געווארען צום קעניגליכען פאלאץ גרייט פארן קעניג'ס עקספערימענט. קיינער אויסער דער מלך האט נישט געוויסט ווער איז וועלעכע, מ'האט זיי ביידע אנגעטוהן די זעלבע און אויפגעצויגען מיט די זעלבע עסענווארג און שפילערייען. און אזוי זענען זיי אינאיינעם געוואקסען ביים קעניג אין הויף, ווען קיינער דערקענט נישט אויף קיינעם פון זיי עפעס א סימן פון א אידישע צורה, עטליכע טעג איידער זייער אכצטענטע געבורטס טאג רופט דער קעניג אריבער דער רבינו בחיי צום פאלאץ, און פרעגט צו ער געדענק זייער אלטע ויכיוח צו א איד ווערט געבוירען מיט אידישע סימנים צו נישט, און ער זאגט אים אין אפאר טאג וועל איך דיר איבערצייגען אז איך בין געווען גערעכט און א איד באקומט נאר זיין מהות פון די תורה. דו ביסט העפליך געלאדענט צום געבורטסטאג סעודה ווי דו וועסט קענען פראבירען מיט וועלכע מעטאדען דו ווילסט, אויף צו ווייזען דיין צד.

הונדרעטע מלכים ושרים, קלוגע וויסענשאפטליכער און געלערנטע גלחים, זענען זיך צאמגעקומען מיטהאלטען דעם איינמאליגע געשעהניש, דער קעניג האט אנגעטוהן די צוויי יוגענטליכע מיט די זעלבע מונדורען און זיי אפי' אפגעשוירען מיט זעלבען האר שניט, אזש זיי האבען כמעט אויסגעזעהן ווי צוויליג ברודער. ער האט זיי ביידע געזעצט נעבן זיך און מיט א שטארקע שטומע אנגעהויבען פארציילען וואס האט פאסירט מיט אכצען יאר צוריק, און יעצט - רופט ער זיך אן צום רבינו בחיי - לאמיר זעהן צו איר קענט אונז איבערצייגען וועלכע פון די צוויי קינדער איז פון אידישען פאלק, א זאך וואס נאר איך אליין ווייס. רבינו בחיי שטעלט זיך אויף און בעהט מ'זאל אריין ברענגן א שיסל טרויבען, לייגט עס אראפ אין פארנט פון די צוויי עקספערעמענטס און הייסט זיי עסן.

איינער פון זיי ברעכט אראפ א הענגל טרויבען און נעמט זיך עסן אפעטיטליך, בשעת דער צווייטער זיכט אויף אלע איינצעלע טרויבעלעך אינעם שיסל און דערקוויקט זיך. רופט זיך אן רבינו בחיי דער יונג וואס האט אראפ געבראכן פונעם צווייגל דער אחז א איד! דער קעניג ווערט צוטומל'ט און זאגט, אמת דער איז טאקע דאס אידיש קינד, אבער פונוואנעט האט איר דאס דערשנאפט? האט זיך דער רבינו בחיי אויפגעשטעלט און געזאגט: מיר אידן לעבען צוגעבינדען איינער צום צווייטען און צוגעבינדען צו אונזער טאטע אין הימל! א איד האט מקור פון ווי ער איז יונק, דערפאר ווען איך האב געזעהן ווי ער ברעכט אראפ א צווייגל טרויבען פונעם הענגל איז ביי מיר געווען ברור אז ער איז איד, ווייל כאטש ער האט קיינמאל קיין אידישען חינוך באקומען האט ער אבער א נאטורילכע אינסטינקט זיך צו צושלעפן צו א מקום חיבור - צו האבן א קאנעקשען. משא"כ דער גוי לעבט פאר זיך אפגעזונדערט פון מענטשהייט און דער וואס האט אים באשאפען און דערפאר האט ער טאקע אויסגעקליבען די איינצעלע טרויבן, ווייל דאס האט גערעדט צו זיין אינערליכע געפיהל.

אידן טייערע, מיר לעבן אין א וועלט וואס יעדער האט זיך זיין פעקל מרור, און אסאך מאל איז עס אזוי ביטער, אבער דוקא אין די זמנים ווערט אונזער קאננעקשען מיטן רבוש"ע אסאך אסאך שטערקער. א קרעכטץ מן המיצר וועקט אויף אונזער אינערליכע נאנטקייט צו אונזער ליבן טאטען אין הימל.

מ'פארציילט אויף איינער פון די זקני ירושלים אז ער פלעגט זיך כסדר פארפליישיגן, זאגענדיג אז ער וויל זיין מקושר מיטן רבונו של עולם פאר נאך 6 שעה! אז ער וועט נישט קענען אריינעמען קיין מילכיגס אין מויל פאר די קומענדיגע זעקס שעה, באפעסטיגט ער זיין קשר מיט די תורה און מיט זיין בורא פאר נאך א וויילע און נאך א וויילע.

צדיקים האבן געזאגט אז די קללה פונעם נחש אז וואס ער וועט עסן וועט האבן א טעם פון ערד, קען לכאורה ווערן אנגעקוקט ווי א ברכה, אז ווי ער וועט נאר זיין, אין וואספארא מצב וועט ער אלעמאל האבן זיין מאכל, וואס פעהלט אים נאך? נאר דער תירוץ איז דער באשעפער האט אים געשאלטען אז ער זאל מער נישט האבן קיין שייכות מיט אים. אנדרעש ווי אנדערע בעלי חיים וואס זענען דיפענדעט אויפען באשעפער דער משביע לכל חי, האט אבער דער נחש באקומען דער קללה אז ער דער בורא שאקעלט זיך אפ פון אים. איך גיב דיר עסן אין וועלכע פלאץ דו ווילסט נאר, אבער צו מיר זאלסטו מער קיינמאל רעדן, בעהט פון מיר גארנישט! און דאס איז די גרעסטע קללה וואס קען נאר זיין, אז מען זאל אפהאקען דעם קאננעקשען מיט באשעפער.

מיט עטליכע יאר צוריק האט די וועלט אויפגעריסן מיט די שרעקליכע נייעס וואס ס'האט נעבעך פאסירט אין טולז פראנקרייך, ווען א קאלט בלוטוגע מערדער פונעם איסלאמישען אפשטאם האט איין צופריה גע'הרג'ט אפאר אומשולדוגע נפשות, ובניהם אפאר יונגע קינדערליך הי"ד. געציילטע וואכן נאך די פאסירונג איז פארגעקומען אן עצרת הספד אויף די קדושים אין ירושלים. ס'איז שוין פון פאראויס געווען באשטימט א ליסטע פון מגידים און דרשנים, דערפאר איז דער עולם ביים הספד געווען אביסל איבעראשט ווען נאך אלע דרשות האט זיך א שווארצע גוי אויפגעשטעלט רעדן אפאר ווערטער. דער דזשענטעלמאן שטעלט זיך פאר ווי דער אמבאסאדאר צו איינע פון די אפריקאנע לענדער, און פארציילט אז ער האט געוואלט מיטהאלטן דעם עצרת צו זעהן דאס ריאקציע פונעם אידישן פאלק צו אזא שוידערליכע אטאקע. פארציילענדיג אז ביי אים אין געבורטס לאנד ווען אזא מעשה פאסירט ווען וואלט שוין לאנג אויסגעבראכן א בלוטוגע ברודער קריג ציווישען די מחנה באטראפענע און די מערדער. און ווי שאקירט איז ער געווארען צו הערן ביי דעם הספד, אנשטאט אונטערייצען די מענטשען אקעגן אלע אראבער מיט א רוף פון נקמה, איז גאר די תוכן הדרשות געווען ווי אלעס איז שוין פון פאראויס באשטימט פון אויבען. און פארקערט גאר, די איינציגסטע זאך וואס מען קען יעצט טוהן להבא, איז נאר זיך צו פארבעסערן מיט מעשים טובים. ער איז אזוי נספעל געווארען דערפון אז ער האט זיך געמוזט אויפשטעלן איבערגעבן זיינע הרגשים, און אויסגעפיהרט אז ער האט איינגעזעהן אז כלל ישראל איז א פאלק וואס וויינט נישט אויפן עבר נאר שטרעבט אויף א בעסערע עתיד.

נישט אז מיר דארפן צוקומען צו די עדות פון א אפריקאנע דיפלאמאט, אבער דאך איז דער מעסעדזש קלאר, אז מיר זענען נישט א פאלק וואס קוקט צוריק, נאר אדרבה מיר לעבן מיטן עתיד. אני מאמין - איך גלייב, באמונה - אין דער יסוד פון אמונה, פון האפענוג, פון קוראזש, פון פראבירען נאכאמאל און נאכאמאל, מיטן פולסטען בטחון אז איך וועל זעהן א שינו לטובה בעזר ה'.

ס'איז געווען אין א פאבריק ווי איינער פון די ענערעגישע און פעהיגע ארבייטער איז געשטיגען אין ראנג ביז ער איז אויפגענומען געווארן אלס הויפט מענעדזשיר אינעם פאבריק. די ערשטע זאך האט ער זיך איבערגעמאכט דעם אפיס לויט זיין געשמאק, מיט א פיש טאנק, א קליינע ריפרידשערעיטער, און טייערע מעבל. און הגם ער איז בדרך כלל געווען א צוגעלאזענע צו זיינע קאלעגע ארבייטער, האט אבער יעדער געוויסט אז ווען ס'קומט צו זיין פלעשל טרינקן אינעם קליינעם פרידזש, דא איז ער שוין נישט קיין ווייעך הארציגע. אך און וויי פאר דער וואס וועט זיך דערוואגען צו נעמען אפי' א קליין ביסל, דער נייע מענעדזשער וועט אים נישט מוחל זיין און עס קען אים נאך קאסטן דעם דשאב. איין טאג איז דער פרעזידענט פונעם פירמע געקומען אויף א באזוך, צו זעהן דאס גאנצע הלוך ילך און אויף פאסן וואס מ'דארף פארעכטן. צום סוף פונעם טאג ברענגט אים דער מענעדזשער אריין אין זיין נייע אפיס, און צייגט אים די פיש טאנק און די אנדערע שיינע באקוועמע מעבל וואס ער האט אנסטאלירט. און דאן האט עס פאסירט, נישט מער און ווייניגער דער פרעזידענט גייט צו צום פרידזש, נעמט דאס פלעשל וואס באלאנגט צום מענעדזשער און גיסט זיך אן א גלעזל. די ארומעגע זענען געווען זיכער אז דער מענדעזשער וועט אויספלאצן אין א גערעגטע אויסברוך כמנהגו, אבער ניין, ער בלייבט מיטן שמייכל כאילו לא הי'. דערנאך ווי דער פרעזידענט איז אוועק פון דארט צופרודען, האט זיך איינער פון די ארבייטערס אנגערופען, העי באס, וואס איז פשט אז דער גאסט האט נישט באקומען די פארציע וואס מיר באקומען ווען טרויען צו נעמען פון דיין באטל טרונקען? אוי דו נער, וואס פארשטייסטו נישט, צו דער פרעזידענט קען איך נישט אזוי רעדן ער איז מיין בעל הבית, און דאס אז ער נעמט פון מיין באטל טרונקען רעגט מיר נישט אויף, נאר אדרבה ס'איז מיר א כבוד אז ער פיהלט זיך אזוי באקוועם דא. סוכ"ס באלאנגט דאך דער גאנצע אפיס פאר אים, ס'נישט מיין טרונק, ס'איז זיינס!

דער נמשל מיינע פריינט, איז אפשר נישט דומה שוה בשוה צום משל, אבער דער פונקט וואס איך וויל ארויסברענגן איז, אז עס קומט אויס אסאך מאל אז מיר האבן טענות. טענות אויף די יעניגע וואס זענען נישט גענוג סענסעטיוו צו אונזער פראבלעם, טענות וואס קענען אפשר זיין גערעכט און אפשר נישט. אבער איין זאך איז זיכער אז אויף דעם בעל הבית האבן מיר נישט קיין תרעומות, דאס אז איך מאך מיט דעם צער, און איך פיהל עס אביסל שטערקער ווען מיינע נאנטע האלטען שוין ווייטער ווי מיר אין לעבן, דעס איז נישט קיין ציפ חלילה פון מיין ליבע טאטע. ניין, עס איז מיר א זכי' אז דער בורא פיהלט אז כ'בין ווערד אריבער צו גיין דעם ים הגדול. אודאי וויל איך ס'זאל זיך שוין ענדיגן און איך זאל קענען צייגען אויף די זמנים אלס א חלק פון מיין עבר, אבער ווילאנג איך בין אין דעם נסיון וועל איך עס מקבל זיין מיט א שטארקייט, און מיטן גוטען געפיהל אז מיין בעל הבית האט געפיהלט פאר וויכטיג מיר צו באזוכן.

הרב שמעון שוואב שרייבט אין זיין ספר, אז אלס קליין קינד האט ער אמאל באקומען א מתנה עפעס א שפילצייג פון זיין טאטען'ס א חבר אן עושר, אבער ווי שאקירט איז ער געווארען ווען נאך עטליכע מינוט האט עס יענער צוגענומען פון אים. ס'איז אים אלעמאל געבליבען אין די ביינער דער געפיהל וואס ער האט געשפירט ווען דער מענטש האט אוועקגענומען דעם שפילצייג. יארן שפעטער האט ער אויסגעפונען אז דער מענטש איז געשטאנען מיט קאמערא - א נייע ערפינדונג אין יענע יארן - און געכאפט פיקטשערס פון אלע פאקסן אויף זיין פנים. סיי די פרייליכע ווען ער האט ערהאלטן די מתנה און סיי די פאר'צער'טע ווען ער האט עס פארלוירען. ער איז סך הכל געווען א חלק פון יענעם'ס photo shoot און פערזענליכע הנאה.

פירט הרב שוואב אויס, די זעלבע זענען מיר מענטשן, מיר באקומען כסדר שפילצייגן אין לעבן פון אונזער טאטען אין הימל, או אסאך נעמט ער עס צו פון אונז, אבער מיר אלעמאל געדענקן אז דער בורא וויל פשוט זעהן ווי אזוי מיר זעהן אויס אין די מצבים, וואס פאר א פנים מיר טראגן, דערפאר דארפן מיר געדענקן צו שמייכלען תמיד צום פאטאגראפירער דער עין רואה דארט במרום.

דער מהר"ל (כמדומה בהקדמה שני' בגבורת ה') איז מסביר דעם ענין פון נס ומופת, אז גענוי ווי למשל צוויי מענטשן קומען אן צו א עלעגאנטע שמחה און איינער פון זיי איז א פארטי פלענער וועט ער אויפכאפען די פיצעלע דיטעילס וואס פשוטי עם זעהן נישט, יא זיי ווערן אויך באגייסטערט פונעם דיקאר, אבער דער מבין וואס ליגט דעראין פארשטייט עס בעסער. ווייל א מענטש האט א לימיט ביז ווי ווייט זיינע השגות קומען אן. און אפי' א מבין אין א געוויסע ענין פארשטייט טאקע מער, אבער עפעס העכער פון זיין פעיגרעיד איז אים אויך אומפארשטענדליך, די זעלבע איז מיט די מופתים בכל דור ודור. מיר קענען זיי נישט באגרייפען ווייל ס'איז גרעסער פון אונזער באקס.

דער סאטמאר רבי ז"ל בעל דברי יואל, איז אמאל געגאנגן מנחם אבל זיין א איד וואס האט ליידער פארלוירען א קינד עטליכע וואכן נאכן געבורט ל"ע. האט דער רבי ז"ל זיך דאן אנגערופען אז אויב א קינד האט געהערט אפי' נאר איינמאל קידוש פרייטאג צו נאכטס, האט שוין די נשמה עפעס מיטצונעמען, און אויב גלייבט מען דעראין איז שוין אלעס ווערט. מי יבין בסוד קדושים, אבער אין פאקט איז דאך קידוש א זכר ליציאת מצרים און אויך א זכר למעשה בראשית. מיר זאגן עדות יעדען ליל שבת פון פריש אז מיר גלייבן אז דער באשעפער האט אלעס באשאפען, און אז ער און נאר ער קען אונז ארויס נעמען פון א ביטערן גלות. בפרט יעצט פסח ווען מיר גייען זיצן מיט אונזערע שניי ווייסע קיטלעך, גייט אונזער אמונה ווידער ווערן באפעסטיגט. א נאכט וואס די שערי שמים זענען אפען, א נאכט ווי יעדעס אידיש קעפל איז אפן צו הערן דברי אמונה פון זיינע עלטערן. כמה שנאמר והגדת לבנך, ס'איז נישט קיין ציווי, ס'איז אן הבטחה כידוע. אין אזא נאכט בעהטן מיר זיך אויס ביי אונזער ליבען טאטען אין הימל, אז ער זאל אונז אריין שיקן פרישע אנגעפולטע אמפערס מיט אמונה ובטחון. כח צו קענען דערהייבן אונזערע נסיונות, כח זיך צו שטארקן אין די שווערע מינוטן, און כח צו דערלעבן די ענדגילטיגע ישועה אי"ה.

שמעתי מהרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן, אז מיר זאגן ה' מלך ה 'מלך ה' ימלוך לעולם ועד. לכוארה וואלטן מיר געדארפט אנהייבן מיטן לשון עבר און נישט מיטן הוה. נאר זאגט ער בדרך משל, אז אין רוסלאנד ווען מ'פלעגט נעמען סאלדאדטן אין מיליטער, פלעגט מען זיי פרעגן אפאר פעסטצושטעלן זייער געטריישאפט צו מוטער רוסלאנד. איינמאל איז אנגעקומען א דארפישע פויער, און מ'פרעגט אים, ביסטו גרייט אוועק צו געבן אלע דיינע פעלדער צום רעגירונג, זיכער שרייט ער אויס. ביסטו אויך מסכים צו שענקן אלע דיינע שאף און רינדער צו רוסלאנד, דער פויער שרייט אויס מיט העלדישקייט, אודאי פאר רוסלאנד געב איך אלעס. פרעגט מען אים ווידער, דיין הינדל ביסטו אויך גרייט אוועק צו געבן, דא איזמער שוין שטיין געבליבען און זאגט עד כאן, מיין הינדל גיב איך נישט אוועק אפילו פאר מוטער רוסלאנד. אויב אזוי, זאגן די אפעצירן קענסטו קיין געטרייע סאלדאט נישט זיין און גיי דיר צוריק אהיים. אויפן וועג ארויס געט אים איינער א פרעג, איך פארשטיי נישט, אויב האסטו שוין מסכים געווען אוועק צו געבן דיינע בהמות און פעלדער וואס האט דיך געשטערט זיך צו שיידן פון דיין קליינטישקען הינדל? אוי דו נער, צולאכט זיך דער פויער, קיין פעלדער האב איך נישט קיין בהמות אויך נישט, איז וואס גייט מיר אן עס אוועקצוגעבן, אבער א הינדל האב איך און דאס געב איך בשום אין אופן אוועק...

זאגט ר' מיילאך מיר פאנגן אן מיטן הוה ווייל דאס האבן מיר יעצט, אז מיר גלייבן אז אינעם יעצטיגן מצב איז דער באשעפער דער שליט על כל, איז דאס דער שטערקסטע יסוד, יעצט קען מען שוין גלייבן אויפען עבר און עתיד אויך, אבער צום ערשט ברויך מען גלייבן אינעם הוה!


מיינע ליבע חברים, אונזער הוה איז שווער, אן אריין צו גיין אין פרטים ווייסט יעדער זיין פעקל, מ'קלערט צוריק צום גליקליכן עבר אן קיינע דאגות, ווי אויך חלום'ט זיך פון א גאלדענע עתיד. אבער מיר דארפען געדענקן אז ראשית ה' מלך, לאז נישט די יעצטיגע מצבים דיך אראפ שלעפן, נאר דייקא יעצט שטארק דיך אז אונזער גוטע ליבע טאטע איז מיט אונז דא, און ער וויל נאר אונזער גוטס, און ס'וועט אי''ה זיין גוט.

כ'האב לעצטענס געהערט א מעשה וואס הערט זיך אביסל פיקטיוו, ס'איז געווען א איד וואס איך געפארען מיט א פליגער פון לאס אנדשעלאס צוריק אהיים קיין ניו יארק פרייטאג פארמיטאג, ער האט זיך געגעבן גענוג צייט אנצוקומען אהיים אויף שבת, אבער צו זיין מזל שוין זיצענדיג אויפן פליגער האט זיך אנגעהויבען דילעיס. פון אנפאנג איז ער נישט געווען צו נערוועז וויסענדיג אז ער האט נאך צייט ביז שבת, אבער ווען ס'איז שוין אריבער 2 שעה האט ער שוין אנגעהויבען טראכטן אז שבת וועט ער מוזן פראווענען אין לאס אנדזשעלאס. די פראבלעם איז נאר אז איינמאל מ'זיצט שוין אויפן פליגער לאזט מען שוין קיינעם אראפ אלס חשש פון א באמבע וכדו' אין די רענצלעך, דער איד א עכטע בעל בטחון, הייבט אן דאווענען און זאגט אז אויב ס'געלונגט אים אראפ צו גיין יעצט פונעם פליגער, איז ער מקבל מער נישט ארויס צו פארען למרחקים אויף פרייטאג. ווי נאר ער ענדיגט זיין תפילה פאלט אים איין אזא געדאנק, ער כאפט אן זיין הארץ און סיגנאלט צום סטוארד זאל שוין קומען ווייל ער מיינט ער כאפט א הארץ אטאקע, שנעל איז מען געקומען צו לויפען און דער איד פאנגט אן זאגן אלע סימפטאמס וואס צייגן אויף הארץ פראבלעמן. גלייך רופט מען אויס אויב ס'איז דא א דאקטאר אויפען פלייט, און א פרוי פון די אנדערע זייט פליגער שטעלט זיך אויף און זאגט אז זי איז א דאקטער. זי קומט צו צון 'פאציענט' און נאכן אונטערזוכן זאגט זי יא, עס זעהט אויס ווי א הארץ אטאק און מ'ברויך אים שוין אראפפירען פון פליגער און זי אלס דאקטער טראגט זיך אן אים צו באגלייטען. דער איד האט שוין אנגעהויבען מיינען אז אפשר אז זיין שפיל גאר געווארען אן עכטע אטאקע, אבער קיין צייט צו טראכטן איז נישט געווען, שנעל לייגט מען אים אריין אין א ווילטשיער, און דער פרוי דאקטער פיהרט אים אראפ פון פליגער. ווי נאר. זיי קומען אן צום טערמינאל, גיבט ער שפרונג אויף כאחד האדם פונעם בענקל, צום שאק פונעם דאקטער און אן א ווארט לויפט ער גלייך כאפן א טעקסי צום אידישן געגענט ווי ער האט געהאט משפחה און איז ב"ה אנגעקומען באצייטענס פאר ליכט בענטשן. 

זונטאג צופרי האט ער גענומען א פליגער אהיים, און ביינאכט האט ער פארציילט פאר זיין רב די געשיכטע, אינאיינעם מיט זיין פרישע קבלה און די וועג ווי ער איז אנגעקומען אין צייט אויף שבת. עטליכע חדשים שפעטער רופט אים אן זיין רב און זאגט אים יעצט וועל איך דיר דערציילען די צווייטע העלפט געשיכטע, איך בין יעצט אין לאס אנדזשעלאס, און כ'האב אויפגעטרויטען מיט א דרשה אין איינער פון די שוהלען דא דעם פארגאנגענעם שבת. בתוך הדרשה האב פארציילט דיין מעשה ארויסצוברענגן ווי מ'דארף נזהר זיין נישט זיך ארויסלאזן ערב שבת צו שפעט. נאכן דרשה קומט א פרוי צו צו מיר און זאגט, ראביי איך בין דער פרוי אבער איך בין נישט קיין דאקטער... איך בין געווען אויפן וועג צו ניו יארק פאר א משפחה שמחה און איך האב אויך אנגעהויבן ציטערן ווי איך וועל זיין שבת, און ווי נאר כ'האב געהערט אז מ'זיכט א דאקטער איז מיר איינגעפאלן זיך צו מאכן ווי איינס, כדי זיך צו פארזיכערן א וועג אראפ פון פליגער, כ'זאל כאטש נאך קענען אנקומען אהיים אין צייט פאר הדלקת הנירות....

רבותי, צו דער מעשה איז אמת ווייס איך נישט, אבער איך גלייב אז אזא מעשה קען פאסירן, מיר זענען א פאלק וואס איז מלומד בניסים, און אין יעדער דור ווערן געמאכט ניסים. א פארפאלק 15 יאר נאכן חתונה קען האבן א קינד בדרך נס, א אינגערמאן קען באקומען א דשאב אפפער אסאך בעסער ווי זיין לעצטע פון ווי ער איז געפייערט געווערן א יאר צוריק, און א מאמע אין שפיטאל קען אהיים קומען צו אירע קינדערליך געזונטערהייט צום פלא פון דאקטוירים. יא, אלעס איז מעגליך ווען מיר גלייבען!

דער דובנא מגיד ברענגט א משל אויף כי בשמחה תצאו ,אז א גביר האט זיך משדך געווען מיטיט א רב אן עני, און זיך אונטערגענומען אלע הוצאות חוץ איין מתנה פאר די כלה האט ער פארלאנגט פונעם מחותן א גאלדענע קייטל, פון א וואך נאכען תנאים האט ער אנגעהויבען שיקן בריוו פארלאנגען די איינצעלע מתנה און אפי' געסטראשעט מיט צוברעכן די שידוך. בלית ברירה האט דער רב פארקויפט אביסל ספרים און צונאם געבארגט געלט פארן קייטל. ביים חתונה פרעגט דער רב פון זיין מחותן פארוואס ער האט אזוי געמוטשעט, האט דער גביר גענטפערט , כ'האב געוויסט אז דו האסט נישט קיין געלט און כדי צו שאפען אביסל, וועסטו מוזען אויפען וועג צו די חתונה אריבער פארען עטליכע שטעט און זאמלען צדקה ,און דאס וואלט נישט געפאסט פאר מיינס א מחותן.

די זעלבע זאגט די מגיד, עס פעהלט אונז נאך אויס היפש ביסל טרערן פאר די גאולה, אבער כביכול וואלט אונז געקענט אויסלייזען און דערנאך וועלען מיר וויינען. נאר ס'נישט קיין כבוד פארען בורא אז זיין מחותן וויינט, דערפאר וויל ער אונז שיקען די אלע פיין יעצט, און דערנאך כי בשמחה תצאו וועט עטס ארויסגיין פון גלות פריילאך אפגעצאלט די חובות. 

האטס מיר אלע א כשר'ן פרייליכן יו"ט, און זאלן מיר שוין בקרוב זוכה זיין צום גאולת עולם, בביאת בן דוד גואלינו אמן כיה"ר.

ווי איז דאס געשעהן?

אלע לעבעלס

א בליק א שמייכל אבאמאקעיר אבדול פאטאח על-סיסי אבדולא יאמין אביגדור ליבערמאן אברהם מרדכי מלאך אגודת ישראל אגריקולטור אדאלף היטלער אהייא אהרן בנציון ווידער או. דזשי. בי. עי או.דזשעי. פּעק או.יו. אובער אוגאנדע אודיא אודע לאנדבאוער אוהורו קעניאטא אוויאציע אוזבעקיסטאן אוטיזם אויסטראליע אומאן אומאר על-ראזאז אונגארן אוקראינע אוראגוויי אורין העטש אושען אינפיניטי אזיע אזערבידזשאן אי.יו. אי.סי.בי. אי.פי.עי. איאטאלא כומעיני איבעי איבערוואג אידישע הויפן איוואנקע טראמפ איטאליע איטסונארי אנאדערא איי.אר.עס. אייאווע איידעהא אייווארי קאוסט אייסיס אייסלאנד אייק קאוועלאדזשע אייקיע אייראפע איירלאנד אילינאי אילעין טשאו אימיגראציע אימעילגעיט אימעילגעיט 2.0 אימפיטשטמענט אינדאנעזיע אינדיאנא אינדיע אינדיען פוינט אינטעל אינטערוויא אינטערנאַציאָנאַל אינטערנאציאנאלן ספעיס סטאנציע אינטערנעט אינטערפאל אינסטעגראם אינפראסטרוקטור איסט ריווער איסלאמישע דזשיהאד איראן איראק איתמר גינצבורג אכמעד ראכאמי אכסאן איקבאל אל-על אלאבאמא אלאסקע אלאסקע עירליינס אלבאניע אלבערטא ניסמאן אלבערטא פודשימארי אלדזשיריע אלט-רייט אלטערנעיט סייד פארקינג אלי לארידזשאני אליבאבא אלידזשיענט עיר אליווער נארט אלכסנדר אקאסטא אלען דערשאוויץ אלעקס אזאר אלעקס וואן דער זעוואן אלעקסאנדער דאונער אלעקסיי נעוואלני אלעקסיס ציפראס אלערגיע אמאן אמנעסטי אינטערנאציאנאל אמעריקע אמעריקען עירליינס אנאטאלי אנטאנאו אנאליז אנגאלע אנגעלע מערקעל אנדרעי דודא אנטאני סקאראמוטשי אנטאניא גוטערעז אנטאניא לעדעזמא אנטי-טראסט אנטיסעמעטיזם אנטיפא אנקעטע אסאסיעטעד פרעס אסטמא אסקאר לאפּעז ריווערא אפגאניסטאן אפסטעיט נ.י. אפעק אפקויפן און פאראייניגונג אפרים הערשקאוויטש אפרים שעהר אפריקע אקאיעד אולא אקלעהאמע אר.טי. אראס אגאלאראוו ארגענטינע ארטיפישעל אינטעלידזשענס ארי ווייזער אריזאנע אריטריע ארכעאלאגייע ארמעניע ארעגאן ארץ ישראל ארקענסא אשראף גאני באב מענענדעז באב קאורקער באבוב באהאמעס באו דיטעל באואינג באכראין באליוויע באליסטישע וואפן באמבארדיער באן קי-מון באנגלאדעש באנק אוו אמעריקע באנקראט באסטאן גלאוב באסניע באצאלטע אנאנס באקא האראם באקסד.קאם בארא פארק באראק אבאמא בארבארא אנדערוואוד באריס דזשאנסאן באשאר אל-אסאד באשעפעניש רעכט בודזשעט בולגאריע בזק בי-1-בי בי-ענד-עידזש בי.בי.סי. בי.עם.דאבעליו בי.פי. ביאלאגישע וואפן ביבי נתניהו ביטקוינס ביל געיטס ביל דעבלאזיא ביל לארקין ביל קלינטאן ביל קעסידי בילדער בינגאו בלו ארידזשין בלוטיגע שיסעריי בלומינג גראוו בלומינגבורג בלעקוואטער בעל התניא בעלארוס בעלגיע בעלזא בען סאס בען קארדין בען קארסן בענגלאדעש בעסט ביי בערל לאזאר בערני סענדערס בערקשייער בראזיל בראנקס בראק לאנג ברוך גארין ברוך דיין האמת ברוס ראונער ברוק ברוקלין ברידזשגעיט בריטיש עירוועיס ברייטבארט ניוז ברייען קאלב ברייען קעמפ ברייען ראסס ברייען שאטז ברית מילה ברסלב ברעד לענדער ברעד פארסקעיל ברעט קעווענאו ברעיקינג ניוז ברעקזיט גאו דעדי גאלדמאן סאקס גאן קאנטראל גאסט עדיטאריאל גואטאמאלא גואם גוגל גוואנטאנאמע בעי גולן בערג גור גורביר גרעוואל גזירת גיוס גייקא געזונט געזעץ געזעץ ענפארסעמענט געמבלינג גערי דוד קאהן געריכט גראפיטי גרוזיע גריכלאנד גרינע פארטיי גרעב גרעג עבאט דאוג דוסי דאוג דזשאונס דאמיניק ראפּיני דאמיניקען רעפובליק דאן מעקגעהן דאנא ברעזיל דאנא רארבאכער דאנעלד טאסק דאנעלד טראמפ דאנעלד טראמפ דזשוניער דאנקין דאונאטס דאקומענטן דוב הייקינד דוד בירנבוים דוד גרינפעלד דוד הערש מאנדל דוד וואנונו דוד פריעדמאן דוישטע באנק דזשאבס דזשאו ארפעא דזשאו בארטאן דזשאו ביידען דזשאו לאוטע דזשאו ליבערמאן דזשאו מענשין דזשאול דזשיאמברא דזשאוסעף פערקאוקאו דזשאן באלטאן דזשאן בוראסאו דזשאן ברענען דזשאן דאוד דזשאן טאורי דזשאן טעילאר דזשאן טעסטער דזשאן מעקעין דזשאן עף. קענעדי דזשאן פאדעסטא דזשאן קאנינגהעם דזשאן קאניערס דזשאן קארנין דזשאן קעלי דזשאן קעסיק דזשאן קערי דזשאנאטאן פאלארד דזשאנסאן-און-דזשאנסאן דזשאסטין טרודא דזשארדזש דאבעליו בוש דזשארדזש לעטימאר דזשארדזש סאראס דזשארדזש עידזש.דאבעליו. בוש דזשארדזש פאפאדאפולוס דזשארדזשיע דזשומאן וויליאמס דזשי-20 דזשי-7 דזשי.אי. דזשיבוטי דזשיל סטיין דזשים אקאסטא דזשים בריידענסטין דזשים דזשארדען דזשים דזשוסטיס דזשימי מאראלעס דזשימי קארטער דזשינע העספעל דזשעב הענסערלינג דזשעט-בלו דזשעי אינסלי דזשעי סעקולא דזשעי.פי.מארגען טשעיס דזשעימס אינהאף דזשעימס אניעל דזשעימס וואוסלי דזשעימס פיעלדס דזשעימס קלעפער דזשעיסאן שעיפעץ דזשעיקאב זומא דזשענעט יעללען דזשענעראל מאטארס דזשעף בעזאס דזשעף מערקלי דזשעף סעשאנס דזשעף פלעיק דזשעפערי לארד דזשעפרי בערמאן דזשעקי ספּייער דזשעראד קושנער דזשעראום פאועל דזשערי בראון דזשערי נאדלער דזשערסי סיטי דזשערעמי קארבין די פיליפינען די פעד די צייטונג די.עיטש.על די.ען.עי. דייטשלאנד דייעביטיס דייעט דייען פיינסטיין דין תורה דינא דינע פאועל דיסקרימינאציע דיען העללער דיען סקעלאס דיפלאמאטיע דיק דורבין דירות דירעגולאציע דניאל העקסטער דעב פישער דעבאטע דעוויד אורבען דעוויד איגעי דעוויד דיוק דעוויד יאנסי דעוויד שאלקין דעווין נונעז דעווין פעטריק קעלי דעיוו רייטשערד דעיוויד אייק דעיוויד סיסיליען דעיוויד קאוטער דעיוויד קאטש דעיוויד קלארק דעלאוועיר דעלטא דעלטשי ראדריגעז דעמאקראטישע פארטיי דעמיטרי מעדוועדעוו דעמיטריאס פאגורטסיז דען דאנאווען דען קאוטס דעניעל אורטעגא דעניעל נייגרא דענמארק דער בלאט דער יוד דער שטערן דעראל אייסא דר. רפאל דראגס דראון דרום אפריקע דרום דעקאטע דרום סודאן דרום קאראליינע דרום קארעא דשאן פרילי דשואיש אמעריקען העריטעדש מאנאט דשעימס מעטטיס דשעימס קאומי דשעיסאן גרינבלאט דשערי-מענדערינג האוואאי האוזינג האום דיפאו האומלענד סעקיוריטי האוערד שולץ האופ היקס האיטי האלאנד האלאקאוסט האמזא אסאמא בין לאדין האנג קאנג האנדא האנדוראס האנדל האנדל דעפיציט האני מאליקי האניוועל האפינגטאן עקאנאמיע האפינגטאן פאוסט האקים דזשעפריס האריקעין אירמא האריקעין האזעי האריקעין הארווי האריקעין מאריא האריקעין סענדי הארמוז הדס גאלדפארב הואן קארלאס ווארעלא הוליא בארגעז הומא אבאדין הונגער היידאר על אבאדי היידראזשין באמבע היימלאז הייפערלופ הילערי קלינטאן היסטאריע הלכה העלט קעיר הענריקע פענע ניעטע העק הערטז הערי ווילסאן העשי טישלער השגחה פרטיות וואו עיר וואודי דזשאנסאן וואולקאן וואטסעפפ וואל סטריט דזשורנאל וואל סטריט מארקעט וואלגרינס וואלד פייער וואלווא וואלוטע וואלטער שאוב וואלמארט וואלן וואלקסוואגאן וואנג איע וואפן האנדל וואצעפפ וואקסין ווארען באפעט וואשינגטאן די.סי. וואשינגטאן סטעיט וואשינגטאן פאוסט ווידא ווידעא וויזא וויזניץ וויי.פי.זשי. ווייאמינג ווייסע עקסטרעמיזם ווילבאור ראסס וויליאם ברעדפארד וויליאמסבורג וויסנשאפט וויסקאנסין וויעטנאם וויקטאר אורבאן וויקיליעקס וויקיפידיע ווירדזשין אטלאנטיק ווירדזשין איילענד ווירדזשיניע ווירטואלע רעאליטעט וולאדימיר פוטין וועטער וועטעראנען וועטערבאריכט וועיז וועימא וועלט האנדלס ארגאניזאציע וועלס פארגא ווענעזועלע ווענעטא וועסט נייל וויירוס וועסטשעסטער קאונטי ווערייזאן ווערמאנט ווערעזאנא בריק זאונינג זי.טי.אי. זימבאבווע זיקא וויירוס זעלבסט-דרייוונדיגע קארס זעלבסשטענדיגקייט זעליאז אנדריוו זקני ציון פראטאקאלן זשוליאן אסאנדזש זשורנאליזם חבד חברה הצלה חיזבאלע חיים דוד צוויבל חיים דייטש חילול השם חינוך חנוכה חסד חסידות חתם סופר טאון אוו פאלם טרי טאוני בלעיר טאוני האוואטער טאזשיקסטאן טאיאטע טאליבאן טאם גערעט טאם וואולף טאם טיליס טאם מארינאו טאם סטייער טאם פרייס טאם קאטאן טאם קארפער טאם שענאן טאמעס ברונעל טאמעס דינאפאלי טאמעס לאופעז פּיער טאנזאניע טאני שאריס טאפאן-זי בריק טארא קאונאו טארגעט טוויטער טויט שטראף טויס.אר.אס טוניזיע טוריזם טורקמעניסטאן טי.מאביל טי.עס.עי. טי.פי.פי. טייוואן טיילאנד טיים מאגאזין טים דרעיפער טים מורפי טים רייען טינא סמיט טעאדאר אלסאן טעד קרוז טעכנאלאגיע טעלעגראם טעלעמארקעטינג טעלעקאמיוניקאציע טענעסי טעסלא טעקסאס טעראר טעריסא מעי טערקיי טראגעדיע טראוועל טראמפ אינטערנאציאנאלע האטעל טראמפ טורעם טראמפ פאנדעישאן טראמפ-רוסלאנד סקאנדאל טראמפקעיר טראנספארטאציע טראנספלענט טראנקריפט טרעי גאודי טרעיאן ווייט טרעפיק באריכט טשאד טשאי אינגווען טשאק גרעסלי טשאק שומער טשארלי בעיקער טשארלי דענט טשארלס קאטש טשילע טשעטשניע טשעכיי יאהו יאווערי מוסאוויני יאן סטאלטענבערג יאפאן יאפפעד יארגעי מאסאן יהודה גרין יו-טוב יו.עס. ארמיי יו.עס. מעיל יו.עס. נעווי יו.עס. עיר פארס יו.עס. פאוסטעל סערוויסעס יו.עס. קאוסט גארד יו.עף.או. יו.פי.עס. יואל אשר לאבין יואל זילבער יוטא יולעט פעקערד יום העצמאות יום כיפור יונה כהן יוני הייקינד יוניאנס יונייטעד מאנרא יונייטעד נעישאנס יונייטעד עירליינס יוסאף טשאהאד יוסטיץ דעפארטמענט יוסי געשטעטנער יורא יעדאניס ראדריגאז יעוועטע קלארק יעקב ליצמאן יעקב משה גאנץ יצחק אולמאן ירדן ירושלים ירושלים אנערקענונג ישי שאלאמאן ישראל בער שטיין ישראל היום ישראל כץ כאמאס כאסאן רוכאני כאסני מובאראק כואן ארלאנדא הערנענדעז כותל המערבי כינע כעמישע וואפן כפרות כפת ברזל‎ כשרות לאאס לאורע אינגרעם לאטארי לאטוויע לאמאר אלעקסאנדער לאמבארדי לאנג איילענד לאנדאן לאס אנדזשעלעס לאקהיד מארטין לבנון לג בעומר להתחזק לואיזיאנא לואיס סעפולוועדא לואיס פאראקאן לואיס פערדינאנד דעסטאושעס לוטער סטרענדזש לוי מאיער לוי סענדערס לופטהאנזא לוקסעמבורג לי הארווי אסוואלד ליאפאלדע לאפעז ליביע ליו בארלעטא ליזשיאנעירס ליטע ליטעראטור לייוו לינדזי גרעהעם ליסע מורקאוסקי ליענדרא ענגליש ליפט ליקוי חמה תשע"ז לעבנסשטייגער לעגאלענד לעטישע דזשעימס לעיקוואד לעפטאפ פארבאט לערי קאדלאו מאד-סליידס מאדנע מאהאטיר מוכאמעד מאונט סיני העלט סיסטעם מאטעאס מאראוויטסקי מאיר בן-שבת מאיר לאבין מאכמוד אכמעדינעזשאד מאלאזיע מאלדיוואס מאלטא מאלי מאליסא מארק וויוועריטא מאלקאלם טורנבאל מאמענט מאגאזין מאן דזשי-אין מאנהעטן מאנופעקטשורינג מאנטענא מאנטענעגרא מאנטריאל מאניועל לאופעז אובראדור מאניס שעהר מאנסי מאסאטשוסעטס מאסוד בארזאני מאפע מאקסין וואטערס מאקעדאניע מאראטאן מאראקא מארגען סטענלי מארטי וואלש מארטין שולץ מארטין שקרעלי מאריאנא ראזשאוי מארין לא-פען מארק ווארנער מארק זאקערבערג מארק לעווין מארק מעדאוס מארק קארעלא מארקא רוביא מארשאל איילענדס מוזיק מוטה פראנק מוכאמאד אבאס מוכאמעד בין סאלמאן מוכאמעד זשאוואד זאריף מוכאמעד מורסי מוכאמעד נאאור מון דזשי-אין מוסד אמרי שפר מוסלעמענער מוסר מוקטאדא על-סאדר מורסא מזל טוב מיאמי מיאנמאר מיגועל דיאז-קאנאל מידיא ליעקס מיזורי מיט ראמני מיטל מזרח מיטש מעקאנעל מייק דובקע מייק לי מייק פאמפעיא מייק פענס מייק ראדזשערס מייקל בלומבערג מייקל גרים מייקל האראוויץ מייקל כהן מייקל סאסמאן מייקל פלין מייקראסאפט מיכאאיל סאקאשווילי מיליטער מינעסאטע מיסיסיפי מיק מולוועיני מירון מישאל אואון מישאל טעמער מישיגען מישעל באומען מנשה ישראל רייזמאַן מעדיקעיד מעדעצין מעוולאט קאוואסוגלא מעט בעווין מעט גאועטז מעט-לייף מעטיו היימבאך מעטעאס מאראוויצקי מעין מעיסיס מעלאניע טראמפ מענטל העלט מענטשן רעכט מענינדזשייטיס מעקסיקא מעקסיקאנער וואנט מערב ווירדזשיניע מערילאנד מעריסט מעריק מעשיות מקומות הקדושים משה דוד נידערמאן משה נחום קרויס משה רוטברג נ.י. אסעמבלי נ.י. נ.דזש. פארט אויטאריטי נ.י. סיטי קאונסיל נ.י. סענאט נ.י. פּרעסביטעריען נאווארטיס נאטא נאטאלי וועסעלניטסקאיא נאסא נאפטא נאקיע נארוועגיע נארטוועסט עירליינס נוארק נוקלעארע וואפן ניאגרא פאללס נידיא וועלאסקועז ניו דזשערסי ניו העמפשער ניו זילאנד ניו יארק טיימס ניו יארק סטעיט ניו יארק סיטי ניו יארק פאוסט ניטא לאווי ניידזשיריע ניידזשעל פאראדזש ניידזשער ניין עלעווען אטאקע נייע בוך נייעס בלעטלעך ניעל גורסאטש ניק עירס ניקאול מאליאטאקיס ניקאל פאשיניאן ניקאלעס מאדורע ניקאלעס סארקאזי ניקאלעס קרוז ניקאראגווא ניקי העילי נעבראסקע נעוואדא נעט נוטראליטי נענסי פעלאוסי נעפאל נעראנדרא מאודי נעשאנעל גארד נפתלי מאסטער נתן אייזיקסאן סאאד הארירי סאדיק קהאן סאודי אראביע סאוט טשיינע סי סאוטוועסט עירליינס סאטמאר סאל אלבאניז סאלווא קיער סאלוואדאר סאלוואדאר נאסראלא סאלמאנעלא סאמאליע סאמי אנאן סאן דיאגא סאן פראנציסקא סאני סאנקטוארי שטאט סאנקציעס סאשעל מידיא סודאן סוואזילאנד סוזען קאלינס סוזען רייס סוכות סועז קאנאל סופרים קאורט סטאניסלאוו יעזשעוו סטארבאקס סטוארט לופטפעלד סטיוו בענאן סטיוו דעינס סטיוו מענוטשין סטיוו ניוהאוז סטיוו סקאלייס סטיווען מיללער סטיווען סארענסען סטיווען פעדדאק סטעטן איילענד סטעיט דעפארטמענט סטעפאניע מיינער סטרייק סי.איי.עי. סי.בי.עס. סי.די.סי. סי.ווי.עס. סי.ען.ען. סי.עס.עקס. סי.עף.פי.בי. סיטגאו סיטי בייק סייבער אטאקע סייבער סעקיוריטי סייפולאו סייפאוו סייפרוס סילוועסטער טורנער סינגאפאור סינגאפאור עירליינס סינטיע ניקסאן סיערע ליאון סיקרעט סערוויס סיר סיריע סלאוואניע סלאוואקיי סנעפ סעבעסטשען גארקע סעבעסטשען קורטז סעווען עלעווען סעט ריטש סעלי יעיטס סעם קלאוויס סעמסאנג סערא האקעבי סאנדערס סערביע סערגיא מאטארעלא סערגעי גארקאוו סערגעי דעבקייעוו סערגעי לאווראוו סערגעי קיסליאק סערגעי ריאבקאוו סערזש סארזשיאן סעריל ראמאפוסא ספארטס ספייגעיט ספיריט עירליינס ספעיס עקס ספעיס פארס ספערן ספרינט סקאט גערעט סקאט וואלקער סקאט סטרינגער סקאט פרואיט סקאטלאנד סקאנדאל סקול באס סרי לאנקא עבאלע וויירוס עבי האנטסמאן עגיפטן עגיפטן-עיר עד גילעספי עד דעי עד ראויס עדווארד סנאודען עדווארד פילליפ עדווארד ראיס עדעם שיף עזרא קאהן-וואטניק עטיאפיע עטנע עי-321-על-אר עי.בי.סי. עי.טי. ענד טי. עי.סי.על.יו. עי.על.עס. עיטש.אר. מעקמעסטער עימי קלאבוטשער עיר בי-ענד-בי עיר פרענס עיר קאנאדע עירבאס עירבאס 320 עירבאס 350 עירבאס 380 עירוב על באגדאדי על דזשאזירא על פרענקען על קאידא על שאבאב על.דזשי.בי.טי. עליאט ענגעל עליזאבעט ווארען עליס וועלס עלען מאסק עלעקטארעל קאלעדזש עלעקטריק קארס עלעקשאן 2016 עלעקשאן 2018 עלעקשאן 2020 עלעקשאן 2021 עם.טי.עי. עם.עס.13 עם.עס.ען.בי.סי. עמא וואלף עמטרעק עמינענט דאמעין עמיראטן עמירעיטס עירליינס עממאנועל מאקראן עמעזאן עמעט פלאד עמערסאן מענאנגאגווא ען.או.עי.עי. ען.אר.עי. ען.בי.סי. ען.וויי.יו. ען.וויי.פי.די. ען.טי.עס.בי. ען.עס.עי. ענגלאנד ענדרו גאלדשטיין ענדרו מעקעיבי ענדרו ענגלין ענדרו קאומאו ענדרויד ענווייראמענטאל ענטאני ווינער ענערגיע עסטאניע עסטרייך עסקנות עף-15 עף-16 עף-35 עף.בי.איי. עף.די.עי. עף.די.ען.וויי. עף.טי.עי. עף.סי.סי. עף.עי.עי. עפל עצות און הילף עקאנאמיע עקוואדאר עקזעקוטיוו ארדער עקיופאקס עקסאן מאביל עקסידענט עקסעס אויל פייפליין עקסקלוסיוו ערד ציטערניש עריטרעיע עריק אלריטש עריק גאנזאלעס עריק גארסעטי עריק האלדער עריק טראמפ עריק סוואלוועל עריק עדעמס עריק שניידערמאן פאבלא קוזינסקי פאדעסטא גרופ פאדערשטע זייט פאול לעפעידזש פאול מענעפארט פאול נעהלען פאול רייען פּאוליעוו פאולענד ספרינג וואסער פאטולא גולאן פאליטיק פאליציי ברוטאליטעט פאליציי שיסעריי פאלסבורג פאלעסטיניע פאלעסטינער אויטאריטעט פאלשע נייעס פאנאמא פאקיסטאן פאקס ניוז פאראגוויי פאראדייס פאפירן פארבס פארד פארדאן פארט לאדערדעיל פארטא ריקא פארטוגאל פארטיידיגונג דעפארטמענט פארקינסאנס פוטש פוילן פון אידישער ווינקל פון אייוועלט פון די צייטונג פון דער בית פון דער יוד פון דער יושב ראש פון דער מעלדונג פון דער קלאסיפיידס פון המספיק גאזעט פון חיבורי הקהילה פון יעזורו פון ישיבה ווארלד ניוז פון להתחזק פון לוח היום פון לוח הציבור פון פיינע נייעס פון ק"י וואכנשריפט פון קאווע שטיבל פון קול ברמה פון קוק ווינקל פון קעטסקיל נייעס פון שערי מדע פורים פי.די.עף. פי.קעי.קעי. פיאט קרייסלער פיו ריסוירטש פיטער גאלינסקי פּיטער נעווארא פיטער סטראוק פיטער סטראזשק פייזער פייער פיל מורפי פיליפ גאלדבערג פיליפ העמאנד פימא פינאנץ פינחס גלויבער פינלאנד פלארידע פלו פליטים פליעדיגע קאר פלעטבוש פסח פסיכאלאגיע פעדעקס פעדעראלער רעילראוד אדמיניסטראציע פעדעריקא ווילסאן פעדעריקא מוהאריני פּעטי מאורי פעטרא פאראשענקא פעטריק ליטעל פעיסבוק פען סטעישאן פענסילוועניע פעסקא פערו פערסישן גאלף פעשמערגא פראטעסט פראנטעיר עירליינס פראנקרייך פרידאם קאקוס פריט באהרארא צדקה צהל צונאמי ציווילע קריג ציוניזם ציפערן צניעות צענזוס צענזור צפון דעקאטע צפון קאראליינע צפון קארעא קאוועיט קאורי בוקער קאורי דזשאנסאן קאורי לאוואנדאוסקי קאורי סטוארט קאזאכסטאן קאטאלאניע קאטאר קאטאר עירליינס קאלאמביע קאלאראדא קאליד אלי קאליפארניע קאלעד אלי קאמאלא העריס קאן עדיסאן קאנאדע קאנאקא-פיליפס קאנאר לעמב קאנגא קאנגרעס קאנדאליזא רייס קאנטינענטאל עירליינס קאנסומער פרייוועסי קאנסטאנטין קילימניק קאנסטרוקציע קאנספיראציע קאנעטיקוט קאסאווא קאסטא ריקא קאסטקא קאקא קאלא קאר אטאקע קארופציע קארטער פעידזש קאריביענס קארל אייקהאן קארלאס מאנאם קארלאס פוזשעמאנט קארס קארסיקע קהל לב טהור קהלא קדישא קו קלאקס קלען קובא קוויניפיאק קווינס קולטור קונסט קורדיסטאן קורדן קורצשלוס קידוש השם קים גודאנגא קים יאנג אן קים יאנג טשאל קינדליין קיסטאון אויל פייפליין קיסטאון ווירוס קיעט שילער קירוב רחוקים קירסטען ניעלסאן קלאגע קלמן יעגער קלעיר מעקעסקיל קעווין דע-ליאן קעווין מעקארטי קעטי ארינגטאן קעטי קראנינגער קעטלין וויין קעטסקילס קעי.דזשי.בי. קעיטי האקול קעיטי ערינגטאן קעיפ ווארדע קעלי סעדלער קעליען קאנוועי קעמבאדיע קענטאקי קעניע קענסאס קענסער קענעדי פיילס קענעט פרעיזשער קערען הענדעל קראאטיע קראון הייטס קריג קרימינאל קריס מורפי קריס קאומאו קריס קאלינס קריס קריסטי קריסטאפער פארינא קריסטאפער קאונס קריסטאפער רעי קריסטין דזשיליבראנד קריסטינא קירשנער קריפטא-קורענסי קרית טאהש קרית יואל קרעדיט סוויס ראאול קאסטרא ראב גאלדסטאון ראב פארטער ראבאט ראבערט ווילקי ראבערט מוגאבי ראבערט מוללער ראבערט עסטארינא ראבערט פיקא ראד בלאגאיעוויטש ראד וויהלער ראד ראזענשטיין ראדזשער סטאון ראדיקאליזם ראדריגא דוטערט ראוד איילענד ראווי ראגביר ראיאטן ראילא אודינגא ראלף נארטעם ראם עמאניועל ראן דזשאנסאן ראן ראקוועל האנסען ראסיזם ראסיפ טאיעפ ערדאוואן ראש השנה רובען דיאז רודי דזשוליאני רויטע קרייץ רויטערס רויעל דאטש-שעל רומעניע רוסלאנד רוסלאנד-וואלן סקאנדאל רחל מעדאו רי יאנג הא ריטינק-עקס ריטעיל ריטשארד בוערי ריטשארד בור ריטשארד בלומענטאל ריטשארד ספענסער ריטשארד פאוסעט ריטשארד פעינטער ריטשארד קארדרעי ריטשארד קלארידא ריטשי טאורעז רייזע פארבאט רייט-עיד רייכערן רייען זינקע רייקערס איילענד רינאט אכמעטשין ריעל עסטעיט ריעק מאשאר ריק געיטס ריק סעקאון ריק סקאט ריק פערי ריק קאטאן ריקאל ריקארדא מארטינעלי ריקארדא ראסעלא רעגיאנאל ביקור חולים רעגירונג רעגירונג פראגראמען רעגירונג שאטדאון רעי לאהוד רעי מאר רעינס פריבוס רעליגיע רענד פאול רעפובליקאנער פארטיי רעקס טילערסאן שאהיד קאהאן אבאסי שאול עלאוויטש שאן העניטי שאן ספייסער שבתאי שווייץ שוועדן שומרים שחיטה שטורם שטורעם אלבערטא שטייער שי דזשינפינג שילע דזשעקסאן לי שינזא אבעי שיעורים שיפפינג שיקאגא שלום בית שלום מרדכי רובאשקין שלמה העלבראנץ שמואל בוטח שמחה דאסקאל שמחה פעלדער שמחות שעווראן שעלדאן סילווער שעלי מעיער שעלי סימאנדס שעלי קעפיטא שענדונגערס שפאניע שפיאנאזש שרה נתניהו שרעק און סטראשע תולדות אברהם יצחק תימן תפילה תשעה באב