קאירא – דאס עגיפטישע פאלק וועט היינט אנהייבן ארויסגיין צו די שטים בודקעס, אנטיילצונעמען אין די ארטיגע פרעזידענט וואלן, וואו דער אמטירנדער פרעזידענט אבדול פאטאח על סיסי איז דערווארט גרינג צו געווינען ווידערוויילונג. על סיסי האט פארכאפט די מאכט אין עגיפטן אין יאר 13', נאכדעם וואס די איסלאמישע רעגירונג פון מוכאמעד מורסי איז צוזאמגעפאלן, און זינט'ן אריינקומען, האט על סיסי געפירט די רעגירונג מיט א גאר שטייפער האנט, ווערנדיג באשולדיגט דורך פילע אלס א דיקטאטור. די וואלן וועלן דורכגעפירט ווערן אין לויף פון 3 טעג, צו געבן פאר מער בירגער א געלעגנהייט צו שטימען, אבער אפאזיציע פירער זאגן אז די וואלן זענען איין שטיק שווינדל, ווייל דער על סיסי רעזשים האט געארבעט קונצליך צו בלאקירן סיי וועלכע ערנסטע קעגנער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל