ניו יארק – נעכטן איז געווען דער ערשטער טאג פונעם היי יעריגן פרילינג סעזאן, און מען האט געהערט אז א פרישע מאכטפולע "נאראיסטער" שניי שטורעם איז אויפ'ן האריזאנט. אין פילע טיילן ניו יארק האט שוין אנגעהויבן שנייען נעכטן נאכמיטאג, און דער שניי וועטער אלערט וועט אנהאלטן ביז מארגן דאנערשטאג אינדערפרי. אלעס אינאיינעם איז דערווארט אז אינעם ניו יארק סיטי ראיאן וועט פאלן צווישן צען ביז פופצן אינטשעס שניי, און אינעם אפסטעיט ראיאן זענען די פאראויסזאגונגען נעכטן געווען צווישן א פוס ביז 20 אינטשעס. דאס איז שוין דער פערטער נאראיסטער שניי שטורעם בלויז אינעם מאנאט מערץ, וואס עס איז זעלטן וואס מ'זעט פיר אזעלכע מאסיווע שניי שטורעמס אין בלויז איין מאנאט, נאך דערצו ביי דער סאמע ענדע פונעם ווינטער.

בילד.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל