דזשארדזשיע – דאס איז שוין גארנישט טשיקאווע און מאדנע, נאר אן ערנסטע געשיכטע, ווען מיסט–ארבעטער האבן באוויזן צו טרעפן צירונגען אין ווערד פון הונדערט טויזנט דאלאר צווישן הויפנס מיסט, נאכדעם וואס א לאקאלע פרוי האט עס בטעות אריינגעווארפן אין מיסט קאסטן. דער אינצידענט האט פאסירט אין האלל קאונטי, דזשארדזשיע, וואו די מענעדזשערס פונעם לאקאלן לענדפיל האבן באקומען אן עמורדזשענסי טעלעפאן רוף פון א פרוי, וועלכער האט דערציילט אז זי האט בטעות אריינגעווארפן אירע צירונגען אין מיסט–קאסטן. דזשאני וויקערס, דער לאקאלער מיסט פראצעסירונג מענעדזשער, האט זיך דאן אריינגעלייגט אין דער ארבעט, און אינאיינעם מיט 5 אנדערע איינגעשטעלטע אויסגערעכנט גענוי וואו די צירונגען דארפן ליגן, לויט דער צייט וואס די פרוי האט געזאגט אז זי האט עס ארויסגעווארפן. נאך איידער זיי האבן געהאט א שאנס געהעריג אנצוהייבן זוכן אינעם דעזיגנירטן הויפן, האט איינער פון זיי אויפגעהויבן א זאק מיסט סתם אזוי, און וואונדער איבער וואונדער, די צירונגען זענען געליגן דערין.


בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל