וואשינגטאן – דער סענאט שפיאנאזש קאמיטע האט נעכטן פובליצירט א סעריע רעקאמענדאציעס, וויאזוי מען קען פארשטארקערן די זיכערהייט פון וואלן איבער'ן לאנד, צו פארזיכערן אז העקערס קענען זיך נישט אריינברעכן אין די מאשינען און אנזייען כאאס. די רעקאמענדאציעס זענען דער רעזולטאט פון א ברייטע אויספארשונג דורכ'ן סענאט קאמיטע, וועלכע איז אונטערגענומען געווארן אין שאטן פון העקער-פרואוון זיך איינצוברעכן אין וואל מאשינען ביי די יאר 16' וואלן. צווישן די רעקאמענדאציעס, איז ארויסצואווארפן אלע אלטמאדישע וואל מאשינען, און זיכער מאכן אז יעדע נייע וואל מאשין, וואס מען קויפט איין, זאל קומען מיט א ספעציעלן סיסטעם וואס דרוקט ארויס א פאפירענעם רעקארד פון יעדע איינציגע שטימע, און אויך זאלן די מאשינען נישט קענען ווערן פארבינדן מיט "ווייפיי".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל