וואשינגטאן – די אמעריקאנער יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן קלאגעס קעגן 9 איראנער בירגער און איין איראנער פירמע, איבער זייער ראלע אין מאסיווע העקערייען אין אמעריקע און איבער דער וועלט. לויט'ן יוסטיץ דעפארטמענט, האבן די 9 פארשוינען דורכגעפירט די העקערייען אויף דער דירעקציע פון דער איראנער רעגירונג, מיט'ן ציל אפצושוואכן די אמעריקאנער עקאנאמיע און די אמעריקאנער רעגירונג. די העקערייען האבן געצילט קאמפיוטער סיסטעמען פון הונדערטער אוניווערסיטעטן איבער אמעריקע און איבער דער וועלט, און אויך קאמפיוטערס פון פילע ביזנעסער, און קאמפיוטערס פון די פעדעראלע ענערגיע דעפארטמענטס. די יוסטיץ דעפארטמענט ווארנט, אז אמעריקע האט אויסליפערונג אפמאכן מיט 100 לענדער, פון וואו די 9 וועלן אויסגעליפערט ווערן אין דער סעקונדע וואס זיי פארלאזן איראן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל