וואשינגטאן – דער שפענדונג ביל וועלכע איז נעכטן באשטעטיגט געווארן אין קאנגרעס, מיט'ן ציל צו פארמיידן א רעגירונג שאטדאון, אנטהאלט אויך ארום הונדערט מיליאן דאלאר, אין ספעציעלע געלטער צו העלפן שטודירן און אנטוויקלען דרייווערלאזע קארס, און זען וואס דער אימפאקט פון די סארט דרייווערלאזע טעכנאלאגיע וועט זיין אויף דער אמעריקאנער עקאנאמיע און אמעריקאנער דזשאבס. פון די הונדערט מיליאן דאלאר, איז זעכציג מיליאן אוועקגעשטעלט געווארן אויף אויסצושפרייטן פראבעס פון דרייווערלאזע קארס אין מער אמעריקאנער שטעט – און דאס קומט פונקט נאכדעם וואס ס'האט פאסירט די ערשטע פוסגייער פאטאליטעט פון א דרייווערלאזן קאר אין טעמפע, אריזאנע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל