וואשינגטאן – ווידעראמאל איז א טראמפ אדמיניסטראציע באאמטער געקומען אונטער קריטיק, איבער נארישע לוקסוריעזע איינריכטונגען, אויפ'ן חשבון פון די שטייערצאלער. מען האט געהערט אז די פעדעראלע אינערן דעפארטמענט האט אויסגעגעבן 139 טויזנט דאלאר, צו באשטעלן שיינע טייערע נייע טירן פאר'ן אפיס פונעם אינערן סעקרעטאר רייען זינקע – און דעמאקראטן האבן זיך באלד ארויפגעכאפט דערויף. קאנגרעסמאן עדעם שיף האט זיך געוויצלט, שרייבנדיג "סארא געלט אויסשווענדעריי! טראכט נאר וויפיל דיינינג רום סעטס וואלסט געקענט קויפן מיט אזא הויכע סומע געלט!", מיינענדיג אפצולאכן פון דעם וואס בען קארסאן, טראמפ'ס האוזינג סעקרעטאר, האט אויסגעגעבן 31 טויזנט דאלאר שטייערצאלער געלטער פאר א נייעם דיינונג רום סעט פאר זיין אפיס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל