וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט פריוואט אנגעהויבן אנערקענען אז זיין פעדעראלער וועטעראנען אנגעלעגנהייטן סעקרעטאר, דעיוויד שאלקין, איז אן ערנסטער פראבלעם פאר זיין אדמיניסטראציע. שאלקין איז געקומען אונטער קריטיק מיט עטליכע טעג צוריק, נאכדעם וואס א באריכט פונעם פעדעראלן אינספעקטאר דזשענעראל האט אויפגעדעקט, אז שאלקין האט געלאזט אויסגעבן צענדליגער טויזנטער דאלארן פון פעדעראלע שטייערצאלער געלטער, צו דעקן די קאסטן פאר זיין פרוי'ס רייזע קיין אייראפע. שאלקין טענה'ט אז באאמטע אינערהאלב זיין וועטעראנען אנגעלעגנהייטן דעפארטמענט קאנספירירן קעגן אים, און ער טוט עכט גארנישט שלעכט, אבער לויט ווייסע הויז קוועלער, האט טראמפ אנגעהויבן פארלירן געדולד צו שאלקין און אנערקענט אז ער וועט אים מעגליך דארפן ארויסווארפן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל