פלארידע – אן אינטערעסאנטע אויפדעקונג צייגט, אז דער פאטער פונעם טעראריסט אומאר מאטין, וועלכער האט אין יאר 16' דורכגעפירט די מאסיווע שיסעריי אטאקע אין ארלאנדא, פלארידע, מיט 49 קרבנות, איז גאר געווען אן אינפארמאנט וועלכער האט געהאלפן די עף-בי-איי מיט אינפארמאציע איבער מעגליכע איסלאמישע טעראר אקטיוויטעטן אין אמעריקע. די אויפדעקונג איז געמאכט געווארן ביי א פראצעס וואס קומט יעצט פאר אויף אומאר מאטין'ס פרוי, וועלכע ווערט אנגעקלאגט איבער איר ראלע אין פלאנירן די אטאקע און וועלן שטיצן אייסיס, און די אויפדעקונג איז אז דער עף-בי-איי ספעשל אגענט זשאווענאל מארטין, וועלכער האט געהאנדלט מיט מאטין'ס פאטער, האט אויך געקלערט צו אנטוויקלען מאטין זעלבסט אלס אן אינפארמאנט פאר די עף-בי-איי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל