דער גואטאמאלער פרעזידענט דשיני מארעלעס האט נעכטן אדרעסירט דעם יערליכן קאנפערענץ פונעם ״עיפאק״ לאבי אין וואשינגטאן און אנאנסירט אז זיין לאנד וועט זיין די צווייטע לאנד צו אריבערפירן איר אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים, און וועט עס אויספירן דעם קומענדיגן 16טער אין מאי צוויי טאג נאכדעם וואס אמעריקע פירט אריבער איר אמבאסאדע געביידע.

גואטאמאלע און נאך ארום 12 לענדער האבן אייגענטליך געהאט זייער אמבאסאדע געביידעס אין ירושלים ביז 1995 ווען אלע לענדער האבן אוועקגעפירט זייערע אמבאסאדעס פון ירושלים אלס פראטעסט קעגן א געזעץ וואס מדינת ישראל האט אריבערגעפירט וואס האט אנעקסירט די איינגענומענע חלקים פון ירושלים אלס טייל פון מדינת ישראל.

מאראלעס און ארום 50 פראצענט פון זיין לאנד זענען גלויביגע קריסטן וועלכע זענען הייסע שטיצער פון מדינת ישראל, און איז געווען פון די ערשטע לענדער צו שטיצן מדינת ישראל אין די יו.ען. אין 1948 ווען די יו.ען. האט באשטעטיגט די באקאנטע ״צוטיילונג פלאן״ וואס האט געשטעלט דעם באזיס פאר די גרינדונג פון מדינת ישראל.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל