וואשינגטאן – דער העכסטער סופרים קאורט אין לאנד, האט נעכטן ארויסגעווארפן א קלאגע וואס די רעפובליקאנער פארטיי פירער אין פענסילוועניע האבן געברענגט קעגן זייער סטעיט סופרים קאורט. די פענסילוועניע סופרים קאורט האט עטליכע מאנאטן צוריק געאורטיילט אז פענסילוועניע'ס קאנגרעס דיסטריקט מאפע איז אומלעגאל און פאליטיש-מאטיווירט איינגעטיילט געווארן, צו בענעפיטירן די רעפובליקאנער, און דעריבער האט דאס געריכט פארארדענט די רעפובליקאנער צו מאכן א נייע מאפע. ווען די רעפובליקאנער האבן נישט אהערגעשטעלט א נייע מאפע, האט דער סטעיט סופרים קאורט אליינס ארויסגעשטעלט א נייע מאפע, און דאס האט ארויסגערופן אויפברויז ביי די רעפובליקאנער, וועלכע זענען געלאפן צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן, מיט טענות אז דער סטעיט געריכט איז אריבערגעגאנגען זייער אויטאריטעטן גרעניצן. למעשה האט דער סופרים קאורט נעכטן געאורטיילט אז דער סטעיט געריכט איז גערעכט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל