ברוקלין – א קרימינאלער פארטיידיגונגס אדוואקאט איז ארעסטירט געווארן פאר'ן מיטשפילן מיט זיין קליענט און אליינס פארוואנדלט געווארן אין א פארברעכער, ווען ער האט ליגנט געזאגט פאר טורמע באאמטע אז זיין קליענט איז בארעכטיגט ארויסצוקומען פאר א דראג רעהאביליטאציע פראגראם, אין א פארזוך אים צו באפרייען פון טורמע א יאר פריער. דער לויער, סקאט ברעטשניידער, האט ערלעדיגט ביי זיין געהילף רעדזשינאלד שאבאז-מוכאמעד אז ער זאל זיך פארשטעלן אלס א דראג קאונסלער און שרייבן א בריוו וואס זאל אראפלייגן א פאלשע היסטאריע פון זיין קליענט ריטשארד מארשאל איבער זיין דראג און אלקאהאל פראבלעמען, מיט דער האפענונג אים אריינצושטעלן אין א פראגראם וואס זאל אים ערמעגליכן ארויסצוקומען פון טורמע פריער ווי געפלאנט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל