ניו יארק – וואל סטריט'ס דריי גרויסע אינדעקסעס האבן זיך נעכטן שטארק צוריקגעכאפט, און זענען געשטיגן גאר שטארק, האבנדיג דעם שטארקסטן טאג זינט צוויי און א האלב יאר צוריק. דער "דאו דזשאונס" זעלבסט האט צובאקומען 670 פונקטן, אפווישנדיג כמעט העלפט פון די פארלוסטן וואס זי האט געליטן פאריגע וואך, און פאר'ן דאו איז דאס געווען דער דריט-שטארקסטער טאג אין היסטאריע. דער גוטער טאג אויף וואל סטריט איז געקומען צוליב פילע גוטע נייעס אין דער טעכנאלאגיע אינדוסטריע, און בעיקר צוליב דעם וואס די זארגן ביי אינוועסטירער פאר א האנדלס קריג צווישן אמעריקע און אנדערע לענדער האבן זיך בארואיגט, הויפטזעכטליך דערמיט וואס כינע האט פארשפראכן זיך צו ברעכן פאר טראמפ'ס פארלאנגען, און ארייננעמען מער אמעריקאנער פראדוקטן צו זיך אין לאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל