די קראאטישע רעגירונג האט געשלאסן א געשעפט מיט מדינת ישראל אפצוקויפן א פלאטע פון אפגעדינטע עף-16 קאמפס פליגערס פאר'ן פרייז פון 500-מיליאן דאלאר.

מדינת ישראל האט פריער געמאלדן אז זי וועט ארויסשטעלן צום פארקויף א פלאטע פון צוועלף עף-16 עראפלאנען, וועלכע זי זוכט צו ערזעצן מיט נייערע, און דער מקח וועט געשלאסן ווערן מיט דעם לאנד וואס וועט אנבאטן דעם העכסטן פרייז.

צווישן די פאראינטערעסירטע זענען אויך געווען גריכנלאנד, שוועדן, און דרום קארעא, אבער ווי עס הייסט וועט מדינת ישראל באשטעטיגן דעם געשעפט מיט קראאטיע, וועלכע זוכט צו מאדערניזירן אירע לופט-כוחות, וואס פארמאגן יעצט בעיקר רוסישע קאמפס-פליגערס, מיט מדינת ישראל'ס אפגעדינטע עף-16ס.

אויב די מדינת ישראל רעגירונג וועט באשטעטיגן דעם מקח, וועלן די ערשטע פליגערס אפגעליפערט ווערן קיין קראאטישע דעם קומענדיגן 20'.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל