וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אונטערגעשריבן א היסטארישע דעקלעראציע, ארויפשטעלנדיג אימפארט שטייערן אויף כינע, אין ווערד פון זעכציג ביליאן דאלאר, דערקלערנדיג אז דאס איז א שטראף אויף דער כינעזער רעגירונג, וועלכע האט יארן לאנג געטשעפעט, אומגעשטערט, מיט דער אמעריקאנער עקאנאמיע.

טראמפ האט געזאגט אז כינע טוט פארשידענע שטיקלעך שוין לאנגע יארן, וועלכע שוואכט אפ די אמעריקאנער עקאנאמיע, אנגעהויבן פון דעם וואס זי צאלט ביליג פאר ארבעטער, צו קענען אריינברענגען פראדוקטן קיין אמעריקע פאר גאר ביליג, און געענדיגט ביי דעם וואס זי צווינגט אמעריקאנער ביזנעסער זיי איבערצוגעבן טעכנאלאגיע און ביזנעס סודות.

פרעזידענט טראמפ זאגט אז א ליסטע פון בערך דרייצן הונדערט פראדוקטן וועלן אפעקטירט ווערן פון די נייע שטייערן, און אויך וועט כינע מוזן באלאנסירן דעם האנדלס דעפיציט, וואס באדייט אז זי וועט מוזן אויפהערן אריינשיקן אזויפיל פראדוקטן קיין אמעריקע, אדער לאזן אמעריקאנער פירמעס אריינשיקן מער פראדוקטן קיין כינע.

די ניי-געמאלדענע אימפארט שטייער שטראפן וועלן נישט גלייך אריינגיין אין אפעקט, נאר דער אמעריקאנער פובליק האט ערשט דרייסיג טעג צייט אריינצושיקן קאמענטארן צו דער פעדעראלער רעגירונגח, אבער טראצדעם האט עס שוין ווילד צעטרייסלט דעם סטאק מארקעט, וויבאלד אינוועסטירער ציטערן פון א האנדלס קריג מיט כינע, און דאס האט געפירט אז דער דאו דזשאונס האט זיך געשלאסן מיט א פארלוסט פון 2.9 פראצענט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל