לואיזיאנא – די לואיזיאנא סטעיט באאמטע האבן נעכטן געמאלדן אז זיי האבן באשלאסן נישט ארויסצושטעלן קיין קלאגעס קעגן 2 פאליציי אפיצירן אין לואיזיאנא וועלכע האבן געשאסן און אומגעברענגט א שווארצן פארשוין פאראיאר. די 2 אפיצירן זענען געווען פארמישט אין שיסן דעם שווארצן אלטאן סטערלינג אין יולי יאר 16', ווען ער איז געשטאנען אויף א גאס אין בעיטאן רודזש, לואיזיאנא און פארקויפט סידיס, און זיי האבן באקומען א באריכט אז ער איז באוואפנט. די שיסעריי און אומקום פון סטערלינג האט געפירט צו ווילדע ראיאטן און פראטעסטן אין לואיזיאנא, און דער יעצטיגער באשלוס פון די סטעיט אויטאריטעטן, א יאר נאכדעם וואס די פעדעראלע אויטאריטעטן האבן אויך באשלאסן נישט צו ברענגען קיין קלאגעס, וועט פריש אויפברויזן די מאסן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל