ניו זילאנד – די ניו זילאנדער רעגירונג האט ארויסגעשטעלט א שטראף קעגן איר צווייט-העכסטן איינגעשטעלטן אין איר אמבאסאדע אין וואשינגטאן די-סי, נאכדעם וואס יענע פרוי האט ארויסגעשיקט א שארפן אנטי-טראמפ מעסעדזש אויף סאציאלע מידיא. די רעדע איז פון קעראליין בערעספארד (Caroline Beresford), וועלכע האט געשריבן א מעסעדזש אז "די דעמאקראטן מוזן זיך נעמען אין די הענט אריין ביי די קומענדיגע פרעזידענט וואלן אין יאר 020', ווייל אז נישט, וועלן זיי פארברענט ווערן". דאס ניו זילאנדער אויסערן מיניסטעריום האט אין א סטעיטמענט געזאגט, אז בערעספארד איז באגאנגען אן אומעטישע זאך, וויבאלד עס איז טייל פון די רעגירונג'ס פארשריפטן, ארויסצושטיין פון פאליטיק, אוודאי פאליטיק אין אנדערע לענדער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל