דער פאראנטווארטליכער אונטער דער סעריע אויפרייסן אין און ארום אוסטין איז אידענטיפיצירט געווארן, אבער האט זיך גענומען דאס לעבן איידער די פאליציי האט באוויזן אים צו ארעסטירן.

דער 23-יעריגער מארק אנטאני קאנדיט איז געפארן נעבן א הייוועי אין דער שטאט 'ראונד ראק', ארום צוואנציג מייל פון אוסטין.

די אויספארשערס זענען דערגאנגען די אידענטיטעט פונעם באמבארדירער נאכ'ן דורכקוקן דעם אינהאלט פון זיכערהייטס-קאמערעס ביי דעם פעדעקס בנין, וואו די לעצטע באמבע האט נעכטן פארטאגס אויפגעריסן.

איינברעכנדיג אין זיין 'גוגל' קאנטע, האבן די אויספארשערס באוויזן אויסצו'חשבונ'ען וואו יענער דארף זיך געפונען און האבן ווירקליך געטראפן זיין אויטאמאביל אינעם פארקינג לאט פון אן ארטיגן האטעל.

פאליציאנטן האבן זיך דאן געוואנדן צום באשטימטן פלאץ, און ווען דער קאר האט אנגעהויבן פארן האבן זיי אים אנגעהויבן נאכיאגן. ווען דער באמבארדירער איז אריינגעפארן אין א גרוב ביי דער זייט, זענען די פאליסלייט צוגעלאפן, אבער דער פארדעכטיגטער האט באוויזן זיך אויפצורייסן און אומגעקומען אויפ'ן ארט. איין פאליציאנט איז אויך פארוואונדעט געווארן.

קאנדיט האט אין משך פון די לעצטע וואכן טעראריזירט די אוסטין איינוואוינערס דורכ'ן אונטערשיקן באמבעס. די לעצטע אטאקע האט זיך אפגעשפילט נעכטן אינדערפרי, ווען א באמבע האט אויפגעריסן ביי א פעדעקס-צענטער אין שערץ, ארום 65 מייל פון אוסטין, און לייכט פארוואונדעט איין מענטש.

די אנדערע פיר האבן זיך אפגעשפילט אין אוסטין, און די עף-בי-איי איז חושד אז דער אויפרייס קומט פונעם זעלבן מענטש, נאר דאס פעקל, וואס האט געזאלט אנקומען קיין אוסטין, האט פשוט פריצייטיג אויפגעריסן.

די סעריע אויפרייסן האבן אומגעברענגט צוויי מענטשן און פארוואונדעט עטליכע אנדערע.

די אוסטין-פאליציי פארשט יעצט אויס דעם מענטש און זיין סביבה, פרובירנדיג צו דערגיין דעם מאטיוו וואס האט אים געטריבן דורכצופירן די באמבארדירונגען, ווי אויך צו פארזיכערן אז קיינער האט נישט מיטגעארבעט מיט אים.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל