אידישע וועטער באריכט


די שניי איז פאריבער, און מען קען זעהן אפאר זון שטראלען היינט נאכמיטאג און אווענט. דער שטורם איז נישט געקומען מיט גרויסע איבערראשונגען. ווייט ארויס אין מזרח לאנג איילענד איז געפאלען א פוס שניי. אין אונזערע היימישע ערטער איז קרית יואל געבליבן א געווינער מיט 5 אינטשעס, אין די שטאט איז די שווערע שניי נאר געפאלן צופרי און נישט געקלעבט. לאמיר גיין ווייטער.

היינט נאכט בלייבט מערסטענס פארוואלקענט, ווינטיג און קאלט. מיטוואך און מיטוואך נאכט איז נאך פארהאן א מעגליכקייט פאר אפאר שניי שויערס, ספעציעל אפסטעיט. פון דאנערשטאג ביז מאנטאג, וועט זיין טייל זוניג און טרוקן. פסח איז נישט ווייט אוועק, אבער די וועטער איז נאך געבליבען שטעקן אין א ווינטער׳דיגע מוט, מיט קאלטע וועטער און נאך א מעגליכע שטורם קומענדיגע וואך .


ניו יארק סיטי
היינט נאכט -☁️💨32
מיטוואך-🌦?42
נאכט-☁️32
דאנערשטאג-🌤44
פרייטאג-🌤38
שבת-🌤42
זונטאג-🌤48
מאנטאג-🌤42
דינסטאג-❄️?☔️35

לעיקוואוד
היינט נאכט -☁️💨28
מיטוואך-🌦?43
נאכט-☁️28
דאנערשטאג-🌤47
פרייטאג-🌤40
שבת-🌤45
זונטאג-🌤52
מאנטאג-🌤45
דינסטאג-❄️?☔️40

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט -☁️💨26
מיטוואך-🌨?36
נאכט-🌨?25
דאנערשטאג-🌤40
פרייטאג-🌤36
שבת-🌤39
זונטאג-🌤43
מאנטאג-🌤38
דינסטאג-❄️?32

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט -❄️💨30
מיטוואך-❄️33
נאכט-🌨30
דאנערשטאג-🌨32
פרייטאג-🌤30
שבת-🌤25
זונטאג-🌤37
מאנטאג-🌤34




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל