אידישע וועטער באריכט


די וואלקענעס זענען שוין דא, און א לייכטע רעגן געמישט מיט שניי קען זיך אנהויבען ארום אווענט. שפעטער איבערנאכט וועט דאס ווערן שווערער, און איבערטוישען אויף שניי. די ווינט, וועט זיך אויך שטארקען איבערנאכט. די שטורם וועט ברענגן א גרויסע שניי פאר ניו ענגלאנד און די מזרח העלפט פון לאנג איילענד. אונזערע היימישע ערטער וועלן זיין אויפן עק פון די שטערקערע שניי בענדס, מיט לייכטע שניי. אין שטאט - ווי געווענדליך איז שווער צו קענען קלעבן, אויב עס פאלט נישט גענוג שנעל, לעומת זה באקומען מיר מער שניי ווי אפסטעיט. אפסטעיט איז קעלטער, דעריבער קענען מיר אלע זעהן פון 2-4 אינטשעס שניי פון דער שטורם. מארגן נאכמיטאג בלייבט מערסטענס פארוואלקענט און ווינטיג.

עס בלייבט א מעגליכקייט פאר אפאר שניי שויערס פון דינסטאג ביז מיטוואך נאכט. עס וועט נעמען ביז דאנערשטאג, פאר אונז צו באקומען א זוניגע און שענערע וועטער טאג.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט -☔️/❄️33
דינסטאג-❄️/☁️💨40
נאכט-☁️32
מיטוואך-🌦?42
נאכט-☁️32
דאנערשטאג-🌤45
פרייטאג-🌤42
שבת-🌤47
זונטאג-🌤50
מאנטאג-🌥52

לעיקוואוד
היינט נאכט -☔️/❄️32
דינסטאג-❄️/☁️💨42
נאכט-☁️29
מיטוואך-🌦?42
נאכט-☁️28
דאנערשטאג-🌤45
פרייטאג-🌤42
שבת-🌤47
זונטאג-🌤52
מאנטאג-🌥52

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט -❄️30
דינסטאג-❄️/☁️💨38
נאכט-☁️26
מיטוואך-🌦?38
נאכט-☁️25
דאנערשטאג-🌤40
פרייטאג-🌤38
שבת-🌤42
זונטאג-🌤48
מאנטאג-🌥48

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט -☁️🌨28
דינסטאג-🌨💨32
נאכט-❄️30
מיטוואך-🌨?34
דאנערשטאג-🌨?35
פרייטאג-🌤30
שבת-🌤40
זונטאג-🌤43




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל