באלטימאר – אין די לעצטע פאר טעג זענען די 911 עמורדזשענסי סיסטעמען פון צוויי באזונדערע סטעיטס געהעקט געווארן. ערשטנס האט מען געהערט אז אין אטלאנטא, דזשארדזשיע האבן די קאמפיוטערס וועלכע קאנטראלירן דעם 911 דיספעטשינג סיסטעם אנגעהויבן מאכן פראבלעמען אין לויף פונעם פארלאפענעם "וויקענד", און נעכטן מיטוואך האבן די פראבלעמען נאך אנגעהאלטן. דאן האט מען נעכטן געהערט אז העקערס האבן זיך אריינגעכאפט אינעם 911 קאמפיוטער סיסטעם פון באלטימאר, מערילאנד. די העקערייען האבן געצוואונגען אויטאריטעטן אין די ביידע שטעט צו נוצן אנדערע פשוט'ע קאמפיוטערס, און צומאל פאפיר און פענע, צו באהאנדלען עמורדזשענסי קאלס, און די עף-בי-איי זאגט אז זי איז פארמישט אין דער אויספארשונג איבער די אינצידענטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל