א שוידערליכע טראגעדיע האט פאסירט היינט אין די רוסישע שטאט קאמאראווע וועלכע געפונט זיך אינעם סיביר ראיאן, ווען א לאקאלע שאפינג מאל איז ארויף אין פלאמען און אומגעברענגט 64 נפשות וועלכע האבן זיך דארט געפונען, מיינסטנס קינדער וועלכע האבן זיך געשפילט אין די שפילצייג איינריכטונגען.

לאקאלע באריכטן זאגן אז די סצענע איז געווען גאר שוידערליך, און דיגאנצע גרויסע געביידע איז געווען איינגעהילט אין העלישע פלאמען און פילע זענען אומגעקומען ביים ארויסטאנצן פון די פענסטער, אזוי אויך זאגן לאקאלע באריכטן אז די צאל אומגעקומענע קען זיין פיל העכער ווי די 64 וואס די אויטאריטעטן זאגן. וויבאלד עס זענען נאך דא ארום 60 וואס פעלן, 41 פון זיי קינדער.

ווי עס שיינט איז די געביידע נישט געווען איינגעריכטעט מיט זיכערהייטס מאנסאמען קעגן פייער, און ווען די פייער האט אויסגעבראכן איז די געביידע נישט עוועקיואירט געווארן און עס איז נישט אויסגערופן געווארן אויף די הויכהילכער א רוף צו פארלאזן די געביידע. ווי עס שיינט האט זיך די פייער אנגעהויבן אין די שפילפלאץ נאכדעם וואס א קינד האט זיך געשפילט מיט פייער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל