בעיזשינג – די טראמפ אדמיניסטראציע איז דערווארט, די וואך פרייטאג, ארויסצושטעלן אזויפיל ווי זעכציג ביליאן דאלאר אין אימפארט שטייערן אויף כינע, צילנדיג טעכנאלאגיע, טעלעקאמיוניקאציע און אנדערע אינדוסטריעס פון דער כינעזער עקאנאמיע, וועלכע ליפערן אריין פראדוקטן קיין אמעריקע. דער ציפער פון זעכציג ביליאן דאלאר, איז פיל מער ווי טראמפ'ס עקאנאמישע ראטגעבער האבן געהאט פארגעשלאגן פאר'ן פרעזידענט, אבער ווייסע הויז קוועלער זאגן אז טראמפ וויל שיקן א גאר שארפן מעסעדזש פאר כינע, אז מ'וועט זיך מער נישט לאזן טרעטן. ווייסע הויז קוועלער האבן אבער געזאגט, אז די כינעזער טאריפס וועלן נישט אריינגיין גלייך אין אפעקט, נאר די אדמיניסטראציע וועט געבן עטליכע טעג פאר'ן פובליק און פאר ביזנעסער, אריינצוגעבן קאמענטארן איבער די געפלאנטע כינע טאריפס – וואס עקספערטן זאגן אז דאס צילט מעגליך צו געבן א שאנס פאר כינע צו קומען צום פארהאנדלונגס טיש מיט דער טראמפ אדמיניסטראציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל