די אמעריקאנער אמבאסאדארשע צו דער יו-ען, ניקי העילי, האט אויפגעברענגט די מעגליכקייט אז די פאראייניגטע שטאטן וועט זיך ארויסציען פון דער יו-ען מענטשן-רעכט קערפערשאפט, נאך דעם וואס די ארגאניזאציע האט פארגאנגענעם שבת דורכגעפירט פינף אנטי-מדינת ישראל רעזאלוציעס.

דער מענטשן-רעכט קאנסיל האט אין דער זעלבער צייט דורכגעפירט דריי אנדערע רעזאלוציעס קעגן צפון קארעא, סיריע, און איראן, איינע פון יעדן פון די לענדער.

זיך באציענדיג צו דער אפשטימונג האט העילי אנגעוויזן אז די ארגאניזאציע איז "אבנארמאל גענויגט קעגן מדינת ישראל. ווען דער מענטשן-רעכט קאנסיל באהאנדלט מדינת ישראל ערגער ווי צפון קארעא, איראן און סיריע, איז פשט אז דער קאנסיל מאכט חוזק פון זיך אליין און איז נישט ווערט צו טראגן דעם נאמען," האט העילי דערקלערט.

א ווארטזאגער פאר'ן מדינת ישראל אויסערן מיניסטעריום האט באצייכנט דעם קאנסיל ווי א "א פלאץ וואס ווערט אויסגעניצט דורך בלוטדורשטיגע דיקטאטארס אוועקצוריכטן די אויפמערקזאמקייט פון זייערע אייגנטליכע מענטשן-רעכט פארלעצונגען."

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל