עלף קינדער און איין אנגעשטעלטער פון א ברוקלין פובליק-שולע זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, נאך דעם וואס א סטודענט האט זיי באשפריצט מיט ספרעי פעינט.

דער אכט-יעריג קינד איז אנגעקומען אין דער בראונסוויל-שולע אינגאנצן אויפגעברויזט, און נאכ'ן קלאר מאכן זיין כעס מיט דער שולע האט ער ארויסגענומען א פלעשל מיט'ן ספרעי און אנגעהויבן שפריצן אין דער לופטן.

קיינער איז נישט ערנסט געשעדיגט געווארן, אבער צוואנציג האבן געדארפט אנקומען צו מעדיצינישער באהאנלונג, און צוועלף פון די זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל.

דער שפריצער האט געזאגט פאר דער פאליציי אז ער האט געפונען דאס פלעשל אויף דער גאס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל