נאכדעם וואס אמעריקע האט זיך ארויסגעצויגן פאריגע יאר פון די טראנס פאספיק אפמאך, באקאנט אלס טי-פי-פי, האבן די פארבליבענע לענדער געארבעט העפטיג לאנגע מאנאטן צו גרייכן א פרישע אפמאך מיט אמעריקע, אבער די פארהאנלדונגען זענען געגאנעגן גאר שווער צוליב די שטייפע ליניע פון די טראמפ אדמיניסטראציע איבער האנדל.

היינט - ביי א צערעמאניע אין טשילע - האבן די פארבליבענע 11 לענדער אונטערגעשריבן אן איבערגעמאכטע אפמאך און געלאזט אמעריקע אינדרויסן, די לענדער זענען: אויסטראליע, ברונאי, קאנאדע, טשילע, מאלאזיע, מעקסיקא, ניו זילאנד, פערו, סינגאפאר און יאפאן.

אלעס אינאיינעם האנדלט זיך פון אן עקאנאמישע מארקעט פון 500 מיליאן מענשטן, היבש מער ווי די באפעלקערונג פון די פאראייניגטע שטאטן. אונטער דעם אפמאך האבן די לענדער פרייע האנדל און זיי לייגן נישט ארויף קיין הויכע שטייערן אויף עקספארט צווישן די לענדער. דאס קען האבן א נעגאטיווע עפעקט אויף אמעריקאנער עקספארט וויבאלד דאס ברענגען דערצו אז די לענדער זאלן ענדערש איפארטירן אינערהאלב די לענדער וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם אפמאך, ספעציעל אין ליכט פון די פרישע אימפארט שטייערן וועלכע טראמפ האט היינט אונטערגעשריבן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל