מאסקווע – אין א שטארק סימבאלישן קלאפ פאר דער רוסישער רעגירונג, האבן נאענט צו צוואנציג לענדער איבער דער וועלט, אריינגערעכנט די פאראייניגטע שטאטן, געמאלדן נעכטן אז זיי שיקן אהיים רוסישע דיפלאמאטן קיין מאסקווע, אין רעאקציע צו דעם וואס רוסלאנד האט פארפעסטיגט א געוועזענעם שפיאן אין ענגלאנד מיט עטליכע וואכן צוריק.

די מערסטע דיפלאמאטן זענען אהיימגעשיקט געווארן פון אמעריקע, וואו פרעזידענט טראמפ האט פארארדענט דאס אהיימשיקן פון זעכציג דיפלאמאטן, און די אפשפארונג פונעם רוסישן קאנסולאט אין סיאטעל. פראנקרייך, דייטשלאנד, קאנאדע, פוילן, איטאליע, שפאניע און שוועדן, זענען אויך געווען צווישן די לענדער וואס האבן אהיימגעשיקט רוסישע דיפלאמאטן.

דער קרעמלין האט רעאגירט צו דער געמיינזאמער אינטערנאציאנאלער שריט, דערקלערנדיג אז רוסלאנד וועט נעמען די זעלבע שריט און ארויסטרייבן פון מאסקווע די דיפלאמאטן פון די אלע לענדער. רוסלאנד זאגט אז ענגלאנד האט אנגעדרייט אן אינטערנאציאנאלן שטורעם, באזירט אויף פאלשע כלומר'שטע באווייזן אז רוסלאנד איז געשטאנען אונטער דער פארפעסטיגונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל