פאריז – א טרויעריגע געשיכטע האט מען געהערט פון דער אידישער געמיינדע אין ארמענטיער, פראנקרייך, וואו א העליש פייער האט פארניכטעט עטליכע גרויסע געביידעס, און איבערגעלאזט היימלאז איבער הונדערט אידישע פאמיליעס. דאס פייער האט אויסגעבראכן אין דער געביידע-קאמפלעקס פון ישיבת אור יוסף נאווארדאק אין ארמענטיער, א שטאט וועלכע איז 45 מייל ווייט פון פאריז. קיינער איז בחסדי ה' נישט געשעדיגט געווארן אינעם פייער, אבער די געביידע אין וועלכער די ישיבה געפינט זיך, אינאיינעם מיט דער דערנעבנדיגער געביידע וואו עס וואוינען איבער הונדערט אברכים פונעם כולל, זענען גענצליך פארניכטעט געווארן. די פאמיליעס דארפן זיך אצינד פלאצירן צום יום טוב פסח אין פרעמדע הייזער און אין געדינגענע קליינע דירות, און א ספעציעלער קאמפיין איז אונטערגענומען געווארן זיי ארויסצוהעלפן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל