אייסלאנד - די פיר גרעסטע פאליטישע פארטייען אין אייסלאנד האבן אינאיינעם געמאלדן א געזעץ פארשלאג, וואס וועט דערקלערן ברית מילה, פאר קינדער אונטער 18 יאר, אלס א קרימינאלע אקט רח"ל, און אונטער׳ן געזעץ פארשלאג, וועלן עלטערן קענען אויסשטיין א מאקסימום פון זעקס יאר טורמע, אויב פירן דורך די הייליגע מצוה פון ברית מילה אויף זייערע קינדער. אין פינלאנד וואוינען בלויז עטליכע צענדליגער אידישע פאמיליעס, און דערווייל האט מען נישט געהערט פון זיי קיין רעאקציע צום געזעץ פארשלאג. ס'איז ערווענט געווארן אז אין יאר 12׳ האט א געריכט אין קעלן, דייטשלאנד אויך געוואלט קרימינאליזירן ברית מילה, אבער ס'איז בטל געווארן. אין עסטרייך און אין שווייץ האבן עקזיסטירט צייטווייליגע געזעצן קעגן ברית מילה, פאר בלויז עטליכע מאנאטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל