דער וויקליעקס גרינדער און אנארכיסט דשוליאן אסאנדש האט פארלוירן א קלאגע וואס ער האט איינגערייכט קעגן די ענגלישע רעגירונג פארלאנגנדיג אז עס זאל אראפגענומען ווערן די ארעסט פארלאנג קעגן אים, אז ער זאל קענען פארלאזן דעם עקוואדארער אמבאסאדע אין לאנדאן ווי ער האלט זיך שוין אויף פאר פינף יאר. ער האט געטענה׳ט אין געריכט אז די ארעסט אורטייל איז ארויפגעלייגט געווארן אויף אים וויבאלד ער אנטלאפן פון די ענגלישע אויטאריטעטן וועלכע האבן אים געוואלט אויסליפערן קיין שוועדן, אבער זינט דאן איז ער שוין געווארן ריינגעוואשן אין א שוועדישער געריכט, דאס געריכט האט אפגעווארפן זיין פארלאנג און דעריבער בלייבט דער דערווייל שמאכטן אינעם עקוואדארער אמבאסאדע וואס ער קען נישט פארלאזן טראץ וואס ער פארמאגט שוין בירגעשאפט אין עקוואדאר.

בילד:

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל