וואשינגטאן - דער רעפובליקאנער סענאט מאיאריטעט פירער מיטש מעקאנעל זאגט, אז ער ערווארט הונדערט פראצענטיג אז די רעפובליקאנער פארטיי גייט פארלירן קאנטראל פונעם סענאט און קאנגרעס ביי די מידטוירם וואלן היי יאר נאוועמבער. מעקאנעל האט דאס געזאגט ביי אן אינטערוויו, וואו ער האט ארויסגעברענגט אז פאליטישע היסטאריע צייגט קלאר, אז ווען דעם אמטירנדן פרעזידענט׳ס פארטיי קאנטראלירט סענאט און קאנגרעס גלייך אין אנהייב, פארלירן זיי דעם קאנטראל ביי די ערשטע מידטוירם וואלן. מעקאנעל זאגט אויך אז מען זעט ענטוזיאזם און אייפער ביי דער דעמאקראטישער פארטיי, וואס גיט צו צו זייערע שאנסן, אבער מעקאנעל האט קלארגעשטעלט אז דאס מיינט נישט אז זיין פארטיי גייט נישט קעמפן שווער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל